רוי:אבל רבתי

פון המכלול
ווערסיע פון 10:29, 5 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (יי, וו), אינערליכע לינקס, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, צוגעלייגט דעסקריפציע, פארברייטערט, הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אבל רבתי (אויך גערופן מסכת שמחות אין לשון סגי נהור) איז איין פון די מסכתות קטנות, וואס באהאנדלט די הלכות פון גוסס, מאבד עצמו לדעת, לוויה, הספד און קבורה, אבילות און ניחום אבלים. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פערצן פרקים.

אין "אבל רבתי" זענען פארהאן אסאך זאכן, וואס זענען צוגעגעבן געווארן אין אסאך שפעטערדיגע צייטן, זאגאר פון די צייטן פון די גאונים[מקור פארלאנגט]. די באדייטונג פון דער דאזיגער מסכתא איז זייער גרויס; זי געבט אונז זייער וויכטיגע ידיעות וועגן די אידישע מנהגים אין די אלטע צייטן.

חוץ פון דער "אבל רבתי" איז אויך געווען א מסכתא וואס האט געהייסן "אבל זוטרתי" ("די קליינע מסכת אבל"). א לאנגע צייט איז די דאזיגע מסכתא נישט געווען געדרוקט, און מען האט געוואוסט וועגן איר נאר דערפון וואס די אלטע מפרשים האבן געברענגט מאמרים דערפון. ערשט אין די לעצטע צייטן (פראנקפורט יאר תרמ"ט) האט עס חיים מאיר הורוויץ ארויסגעגעבן לויט דעם כתב יד פון פארמא און פון וואטיקאן.


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!