רוי:אבילות

פון המכלול
ווערסיע פון 09:23, 4 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (יי, וואו, וו, אידן, דרייסיג), צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, צוגעלייגט דעסקריפציע, אינערליכע לינקס, פארברייטערט, הגהה, אויסשטעל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אֲבֵלוּת איז דער חיוב צו טרויערן נאך א נאנטן קרוב וואס איז געשטארבן. דער וואס טרויערט נאך א נאנטן נפטר ווערט אנגערופן אן אבל.

דער חיוב איז צו טרויערן נאך איינער פון די "שבעה קרובים": טאטע, מאמע, מאן/פרוי, ברודער, שוועסטער, זון, טאכטער. די אבילות גייט אן פון די קבורה ביז זיבן טעג דערויף, נאכפאלגנדיג די אנינות וואס גייט אן איידער דער מת ווערט באערדיגט.

אבילות אין תנ"ך

דער מנהג צו טרויערן נאך א נאנטן קרוב וואס איז געשטארבן איז פארהאן ביי אידן זינט אלטע צייטן. אין חומש געפינען מיר, אז ווען שרה איז נפטר געווארן, וַיָּבֹא אַבְרָהָם לִסְפֹּד לְשָׂרָה וְלִבְכֹּתָהּ[1]. מיר געפינען אויך אין תנ"ך אין אסאך ערטער, אז מען פלעגט טרויערן אויב עס איז געשטארבן א פאטער, א מוטער, קינדער, א מאן, א פרוי.

ווי לאנג פלעגן דויערן די דאזיגע טרויער-טעג? אין ספר בראשית געפינען מיר וועגן יוסף, אז ווען יעקב אבינו איז נפטר געווארן, וַיַּעַשׂ לְאָבִיו אֵבֶל שִׁבְעַת יָמִים[2]. ווידער ווען משה רבנו איז נפטר געווארן, ווערט דערציילט אין ספר דברים: וַיִּבְכּוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת מֹשֶׁה בְּעַרְבֹת מוֹאָב שְׁלֹשִׁים יוֹם וַיִּתְּמוּ יְמֵי בְכִי אֵבֶל מֹשֶׁה[3]. דערפון שטאמט דער מנהג, וואס די ערשטע זיבן טעג, "שבעה", איז דער טרויער גרעסער, און דערנאך ביז צום סוף פון די ערשטע דרייסיג טעג, "שלושים", איז שוין דער טרויער א קלענערער. דערנאך גייט נאך אביסל אן דער טרויער ביז א גאנץ יאר.

ווי אזוי פלעגט מען זיך נוהג זיין אין די טרויער טעג? אויך דא זענען געווען פארשידענע מנהגים אין די פארשידענע צייטן פון דער אידישער געשיכטע. אין ספר שמואל ווערט דערמאנט, אז דער אבל פלעגט זיך אנטאן אין ספעציעלע טרויער-קליידער, "בגדי אבל"[4]. (פון דער גמרא[5] איז צו זען, אז אן אבל פלעגט טראגן שווארצע קליידער). אין ספר הושע טרעפט מען דעם אויסדרוק "לחם אונים"[6], "טרויער ברויט" וואס דער אבל פלעגט עסן אין צייט פון טרויער. אויך דער מנהג צו רייסן קריעה אלס צייכן פון אבילות געפינען מיר שוין אין חומש ביי יעקב אבינו, ווען מען איז אים געקומען זאגן אז זיין זון יוסף איז אומגעקומען דורך א חיה רעה, וַיִּקְרַע יַעֲקֹב שִׂמְלֹתָיו[7]. אויך דער מנהג צו זעצן זיך אויף דער ערד איז פארהאן אין תנ"ך ביי דוד המלך[8], ווען זיין קינד איז געשטארבן.

מנהגים און הלכות

היינט איז דער מנהג אבילות, אז אן אבל זיצט אויף א נידריג בענקל, טראגט נישט די שיך און גייט נישט ארויס פון שטוב די זיבן טעג, וואס ווערט אנגערופן "זיצן שבעה". אין דער צייט פון שבעה לערנט דער אבל נאר טרויעריגע ספרים, ווי ספר איוב, מדרש איכה וכדומה. אין די שלושים איז דער טרויער קלענער, און די איבעריגע עלף חדשים פון יאר איז עס נאך קלענער, דער הויפט-צייכן פון אבילות אין משך פון לערך א יאר, און אויך אין די ווייטערדיגע יארן יעדן יארצייט, איז דאס זאגן קדיש.

אויב עס שטארבט אן אנגעזעענער מענטש, איז פון שטענדיג אן געווען א מנהג, אז מען האט געהאלטן אויך א הספד. אין די אלטע צייטן איז געווען אין יעדער שטאט א ספעציעלער ארט וואו דער הספד איז געהאלטן געווארן, און דאס האט געהייסן "מקום ההספד" אדער "בית הספד"[9]. אין ספר "שאלות ותשובות הריב"ש[10] ווערט געברענגט, אז נאך דעמאלט האט געהערשט דער אלטער מנהג פון דער גמרא צו נעמען ספעציעלע פרויען קלאגערינס, וואס האבן געקלאפט מיט דער פויק און געוועקט דעם עולם צו טרויער. דער דאזיגער מנהג עקזיסטירט נאך היינט ביי טייל אידישע קהילות אין צפון אפריקע.

אין שולחן ערוך חלק יורה דעה איז פארהאן די ספעציעלע "הלכות אבלות", וואו עס ווערן אנגעגעבן די אלע דינים, וואס אן אבל איז מחויב צו האלטן, בנוגע וואשן, פוצן זיך, שערן, ארבעטן, וועגן טרויער אום שבת און יום טוב און אלע אנדערע הלכות און דינים.

ניחום אבלים

Postscript-viewer-blue.svg ניחום אבלים

איינער פון די מנהגים וואס איז אנגענומען פון די אלטע צייטן, איז "מנחם אבל-זיין", טרייסטן דעם אבל. אין דער גמרא[11] ווערט געזאגט, אז ביים מנחם-אבל זיין פלעגט מען איינארדענען פאר די אבלים א סעודה (וואס האט געהייסן די "סעודת הבראה") און מען פלעגט טרינקען וויין. עס איז אנגענומען, אז אין די ערשטע דריי טעג זאל מען נישט גיין מנחם-אבל-זיין, ווייל דעמאלט איז דער אבל אין א צו שטארקן טרויער, און מען קען אים נאך נישט זאגן קיין טרייסט-ווערטער[מקור פארלאנגט].

זעט אויך

רעפערענצן


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!