רוי:ישיבת עמק התלמוד

פון המכלול
ווערסיע פון 09:34, 22 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דרויסנדע לינקס, קאארדינאטן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


 

עמק התלמוד איז א ישיבה אין ירושלים. דער ראש ישיבה איז רבי מאיר הייזלער, וואס איז מדריך די בחורים אלס עובדי השם באמת ובתמימות, און ער באמיט זיך אריינצולייגן א ריינע אמונה פשוטה אין זיי. ביי זיינע שמועסן וואס ער גיט יעדן ליל שישי ביז אין די פארטאגס שעות ווערן איבער'גע'חזר'ט יסודות הדת.

די ישיבה איז געווארן אויפגעשטעלט בערך אין יאר תשס"ו, נאכדעם וואס רבי מאיר איז ארויס פון דער סאכאטשאווער ישיבה[מקור פארלאנגט].

דער ראש ישיבה רבי מאיר הייזלער איז געווען א נאנטער תלמיד ביי רבי אלעזר מנחם מן שך. הרב שך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם[מקור פארלאנגט]. אויך איז ער געווען א נאנטער תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין, משגיח אין דער פאנאוועזשער ישיבה, וואס ער פלעגט אים אסאך טרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן. שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה און א משפיע רוחני אין דער אמאליגער ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים.

ווען ער האט געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד האט ער מיטנענומען מיט זיך א גרויסן חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געוואלט אפטיילן פון אים.

רוב פון די בחורים אין דער ישיבה זענען אמעריקאנער בחורים. עס זענען אויך דא עטליכע ארץ־ישראלדיגע און אפאר פון קאנאדע און נאך.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!