רוי:חנוך לנער

פון המכלול
ווערסיע פון 08:42, 9 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה, פארברייטערט, אויסשטעל (אנהייב))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חנוך לנער איז א בוך אויף דער אידישער שפראך מיט פרינציפן און אנווייזונגען פאר חינוך, ארויסגעגעבן דורך די רעדאקציע פון מעלות.

הינטערגרונט

זינט איר גרינדונג, איז ערשינען אין דער "מעלות" א מאנאטליכער קאלום איבער חינוך, מיטן נאמען "חנוך לנער". לויט די עדות פון די מעלות רעדאקציע, איז דאס געווען דער פאפולערסטער און נוצליכסטער קאלום אין די אויסגאבע[1]. די סעריע האט זיך אנגעהויבן מיט די יסודות פון חינוך, וואס זענען - לויט זיי - צוטרוי, דיסציפלין, און ליבשאפט.

אנגעבנדיג אז די ליינער פון די שפעטערע נומערן, ווען עס זענען שוין בעיקר אדרעסירט געווארן ספעציפישע פראבלעמען וועלכע טרעפן זיך אפט, נויטיגן זיך ערשט אין די יסודות אוועקגעשטעלט אין די ערשטע נומערן, האט די רעדאקציע צונויפגעזאמלט אלע ארטיקלען פון דורכאויס די יארן אין א בוך מיטן זעלבן נאמען, "חנוך לנער".

דאס בוך אנטהאלט 350 זייטן, און איז געדרוקט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן, 2013.

אינהאלט

דאס בוך באשטייט פון דריי טיילן:

  • דער ערשטער טייל די יסודות פון חינוך, איז צוטיילט אין דריי: אמת, דין און שלום
  • צוייטער טייל: דרך ארץ
  • דריטער טייל: צו גאט און צו לייט

עס שרייבט קלוגע עצות, הסברים און ביישפילן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט קינדער אין אלע יאהר-גענג.

צווישן די בלעטער איז בייגעלייגט אין זייטיגע קעסטלעך פונעם קאלום על פי דרכו, וואס גיבט פראקטישע עצות.

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. חנוך לנער, פארווארט