רוי:אברהם פינטער

פון המכלול
ווערסיע פון 10:32, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב אברהם יהושע העשיל פינטער (תש"ט בערך — כ' ניסן תש"פ) איז געווען דער מנהל פון דער יסודי התורה מיטלשולע פאַר מיידלעך אין סטאַמפאָרד היל, און אַ חשובער עסקן אין דער סטעמפארד היל חרדישער קהילה. ער איז אָפטמאָל געבעטן פון דער נאַציאָנאַלע מידיע איבערגעבן די מיינונג פון חרדישע אידן. ער איז געווען אויך אַ מיטגליד אין דער לאָנדאָנער באָראָ פון העקני ראַט, מטעם דער לייבאָר פּאַרטיי.

אברהם פינטער איז דער צווייטער זון פון הרב שמואל שמעלקע פינטער, מנהל פון די יסודי התורה שולעס אין לאָנדאָן קרוב צו 50 יאָר, און רב פון דעם ישועות חיים בית המדרש.

אברהם פינטער האָט געהייראַט חיה גיטל רחל בעק (תש"ז - י"א אדר ב' תשע"ד), א טאָכטער פון רבי משה יעקב בעק, דער אפשער רב.

הרב פּינטער איז געווען אַ קוראַטאָר פון דער התאחדות קהלות החרדים אין לאָנדאָן.

ער איז נפטר געוואָרן חול המועד פסח תש"פ פון דער קאָוויד-19 מגיפה.

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!