רוי:רבי שמעלקע לייפער

פון המכלול
ווערסיע פון 18:10, 27 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אדמורי"ם]]" ב־"ריע:אדמורי"ם|װ]]")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

רבי שמואל שמעלקע לייפער (אייר ה'תש"ד – כ"ט שבט, ה'תשפ"ג ) איז געווען דער חוסטער רבי און ראש ישיבה פון ישיבת תורת חסד אין בארא פארק.

ביאגראפיע

רבי לייפער איז געבוירן געווארן אום חודש אייר ה'תש"ד, אין בודאפעסט, אונגארן, אין ברען פון דער צווייטער וועלט קריג, צו זיין טאטן רבי אהרן משה לייפער, דער חוסטער רבי. ער איז געווען אן אור-אור-אייניקל פון רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא.

ער איז געבוירן געווארן געציילטע וואכן נאכדעם וואס די דייטשן ימ"ש האבן אינוואדירט און איינגענומען אונגארן. צוליב דעם איז דעם רבינ'ס ברית פארגעקומען באהאלטענערהייט אין א קעלער, מיט אן ענגן צאל באטייליגטע.

מיט גרויסע ניסים איז ער געראטעוועט געווארן אלס פיצל קינד פון דער קריג. נאך דער קריג האט זיין משפחה ארומגעוואנדערט צו פיל ערטער אן מנוחה, ביז אין יאר תש"ז, געציילטע טעג פאר פסח, זענען זיי אנגעקומען קיין אמעריקע.

אין די יונגע יארן האט ער געלערנט אין ישיבת חתן סופר, אונטער דער פירערשאפט פונעם מאטערסדארפער רב, הגאון רב שמואל עהרנפעלד. דאן איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבת מקור חיים, ביי רבי חיים פאלער. שפעטער איז דער רבי געגאנגען לערנען אין ישיבה בית מדרש עליון אין מאנסי.

נאך דער חתונה האט ער געדינט אלס מרביץ תורה אין דער גערער מתיבתא אין בארא פארק.

פה מפיק מרגליות

רבי לייפער האט פארמאגט א רייכן טאלאנט פון רעדן. ער איז געווען א פה מפיק מרגליות וועלכער האט מיט אן אראטארישן קראפט אויפגעטראטן, באגייסטערט און געהאלטן געשפאנט אלע וועלכע האבן אים אויסגעהערט. ער פלעגט טאקע ווערן גערופן אומעטום צו קומען אויפטרעטן מיט דרשות.

ישיבת תורת חסד

אין יאר תשמ"ח האט ער באשלאסן צו גרינדן אן אייגענע ישיבה, ישיבת תורת חסד. דער רבי האט געהאט בלויז איין ציל פאר די אויגן: עס זאל זיין א געשמאקער מקום תורה פאר סיי ווער עס וויל לערנען; נישט דווקא נאר פאר מצוינים.

בית המדרש

דער רבי האט אנגעפירט מיט זיין בית המדרש אור ישראל יעקב חוסט אין בארא פארק, וואס האט זיך געפונען אויף דער זעכצנטער עוועניו און 55סטע גאס.

ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 78 יאר, נאך א תקופה פון יסורים ומכאובים רח"ל. דער רבי איז געקומען לקבורה אויף דעם הר שלום בית החיים אין ערמאנט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!