רוי:קיצור ליקוטי מוהר"ן

פון המכלול
ווערסיע פון 06:18, 10 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[נתן מברסלב" ב־"[[רבי נתן פון ברסלב")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער קיצור ליקוטי מוהר"ן איז א פארקוצערטער ספר פונעם ליקוטי מוהר"ן, וויבאלד דער ליקוטי מוהר"ן איז גאר לאנגע דרושים און טיעפע מאמרים, און עס איז שווער ארויס צו נעמען דערפון וואס דארף מען למעשה טועהן, האט ר' נחמן מברסלב באפוילן פאר זיין תלמיד ר' רבי נתן פון ברסלב ער זאל עס איבערשרייבן און מאכן א סיכום פון יעדען מאמר באזונדער, שרייבן וואס מען דארף טועהן דאס מקיים צו זיין.

ר' נתן האט מיט שרייבערישע קראפט אזוי געטאן, ער האט געשריבן פונקטליך וואס עס איז שייך מקיים צו זיין פונעם ספר ליקוטי מוהר"ן, ער האט עס געוויזן פאר זיין רבין רבי נחמן, און ער האט עס געלויבט ער האט דערויף געזאגט עס איז א שיין צעטעל.

ר' נתן האט עס געדרוקט אינעם יאהר פון די פטירה פון רבי נחמן אין שנת ה'תקע"א און במשך פון די יאהר האט מען צוגעלייגט נאך זאכן וואס מען האט ארויס גענומען פון די מאמרים פון ליקוטי מוהר"ן.

אין יאהר ה'תרע"ג האט עס א ברסלבער חסיד געדרוקט אין ירושלים ר' ישראל היילפערין, מיט אסאך הוספות ותיקונים, מיט א קונטרס צו סוף תוספות ומילואים, מען האט עס דאן געגעבן א נאמן קיצור ליקוטי מוהר"ן השלם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל