רוי:רבי נפתלי חיים האלבערשטאם (גארליץ)

פון המכלול
ווערסיע פון 22:22, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי נפתלי חיים האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרנ"ה - י' שבט ה'תש"ד), פון גארליץ.

אפשטאם

רבי נפתלי חיים איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון זיין פעטער רבי מרדכי דוב טווערסקי, דער הארניסטייפלער רב.

רבי נפתלי חיים איז געווען גבאי פון כולל חיבת ירושלים גאליציע אין גארליץ.

ער איז געווארן אב"ד פון גארליץ.[1]

הסתלקות

רבי נפתלי חיים איז אומגעקומן אין יאקוצק, סיביר אום י' שבט, ה'תש"ד.[1] און איז באערדיגט געווארן דארט.

פאמיליע

רבי נפתלי חיים האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב אלטער זאב הורוויץ רב אין סטריזשעוו. זייערע קינדער:

  • מרת טויבא רייצא די ווייב פון הרב טוביה טייטלבוים פון טארנא
  • מרת פעסיל די ווייב פון הרב שמואל טייטלבוים (מטשענסקאוויץ) (ה'תר"פ - ז' אדר ה'תש"ע), רב דקהל ישועות חיים טשענסקאוויץ אין פלעטבוש, פריער רב דקהל יראים אין קראון הייטס, א זון פון הרב יהושע חיים טייטלבוים אב"ד טשענסקאוויץ, ובסוף ימיו בבראנקס, סגן נשיא התאחדות הרבנים.
  • מרת ראכיל די ווייב פון רבי אברהם גן-צבי.
  • מרת יהודית די ווייב פון הרב ישראל ליבער (דער אייגינטימער פון ליבער'ס שאקאלאד).

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. 1.0 1.1 יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור (ירושלים, תשנ"ח)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!