רוי:ניי-גינע
ניי־גינע איז דער צווייט־גרעסטער אינזל אין דער וועלט, נאך גרינלאנד, מיט א שטח פון 786,000 קוואדראט ק"מ. די צאל איינוואוינער איז אומגעפער 7.5 מיליאן, מיט א נידריגער געדיכטקייט פון 8 נפשות צו א קוואדראט ק"מ.
ניי־גינע ליגט אינעם פאציפישן אקעאן, צפון פון אויסטראליע.
פאליטיש איז דער אינזל צעטיילט אויף צווי טיילן וואס זענען מער ווייניגער גלייך:
- דער מערב טייל געהערט צו אינדאנעזיע. ער הייסט פאפוא, צעטיילט אין צוויי פראווינצן פאפוא און מערב פאפוא.
- דער מזרח טייל איז אן אומאפהעניקע מדינה - פאפוא ניי-גינע.
געאגראפיש געהערט דער אינזל צו מעלאנעזיע, דער מערב געגנט פון די פאציפישער אקעאן אינזלען.
דער אינזל איז באדעקט מיט בערג. דער העסטער בארג איז פאנטשאק דזשאיא, וואס דערגרייכט א הייך פון 4,884 מעטער. פון דעם שטאנדפוקט פון בעלי חיים איז ניי-גינע גאנץ ענליך צו אויסטראליע מיט אזעלכע חיות ווי וואלאביס, איגלען און אפאסום.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!