פארטל:המכלול נייעס/חשון תשפ"ד
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
טיילווייזע ליסטע פון מערקווירדיגע נייעסלעך אויפן זייטל, פון דורכאויס חודש חשון ה'תשפ"ד.
- איבער 300 המכלול ארטיקלען דערגרייכט
- יום בחודש ארטיקלען פון א גאנצע חודש (חשון) געענדיגט צום ערשטן מאל
- אויסגעשטעלט דער "האט איר געוואוסט" סיסטעם און קעסטל אויפן הויפטבלאט, וואו עס ווערט געצייגט באלערנדע ידיעות וועלכע געפינען זיך אין המכלול ארטיקלען
- אויסגעארבעט פראצעדור און ארט פאר דרעפטס וועלכע ערזעצן רוי ארטיקלען
- צוגעקומען צו פרישע פארשטענדענישן איבער דעם רוי געביט און דעם דרעפט אריבערפירונג פראצעדור, וועלכע וועלן אי"ה ווערן אימפלעמענטירט אין די קומענדיגע חדשים
- רוי בלעטער קומען שוין ארויף אין זוכעניש, אויך אין פלעצער וואו זיי זענען נישט ארויפגעקומען ביז אהער, ווי אין דער וויזועלער רעדאגירער אדער אין דער לינק-געצייג
- דעסקריפציעס זענען צוגעלייגט געווארן צו אלע המכלול ארטיקלען, צו פילע מוסטערן, און צו טויזנטער רוי בלעטער
- די דעסקריפציעס קומען ארויף אין זוכעניש, אויך אין די דיפאלט אלט-וועקטאר סקין, און אפילו ביים רעדאגירן נוצנדיג די אויטאמאטישע צוענדיגונג טשאטשקע
- א נייע טשאטשקע איז צוגעלייגט געווארן, צו העלפן צולייגן, רעדאגירן אדער באקוקן דעסקריפציעס
- רוב פון די איבריגע רוי בלעטער האבן אויטאמאטיש באקומען די דעסקריפציעס פון אנדערע שפראכן, וועלכע קענען געזען ווערן ווען די נייע טשאטשקע איז אינסטאלירט, און מען קען זיך מיט זיי ארויסהעלפן צו שאפן א אידישע דעסקריפציע
- דער באקאנטער טשעקטי טשאטשקע געבט יעצט דעם מעגליכקייט גרינג צוצולייגן א דעסקריפציע אדער אינטערשפראך-לינק, זייענדיג אינעם רעדאגירער
- א נייער מוסטער געבט דעם מעגליכקייט אויטאמאטיש צו ווינקען די באדייטנדע שרייבערס פון א געוויסער בלאט, וואס קען איבערהויפט זיין גאר נוצליך ביים אנמערקן איבער א טעות אין ארטיקל אדער בעטן אן אויסקלארונג
- די ארטיקלען אין די פרשה מוסטערן זענען אין פראצעס פון ווערן היבש באארבעט, בארייכערט און צוגעפאסט בעז"ה, ריכטיג צו באצירן דעם הויפטבלאט מיט אקטועלע ארטיקלען
- אן אלטער פראבלעם מיט טייל בילדער, וועלכע זענען נישט געהעריג געזען געווארן אין גרויס, איז בעז"ה געווארן אידענטיפיצירט און געלעזט