רוי:אירענא סענדלער

פון המכלול
ווערסיע פון 11:20, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


אירענא סענדלער (פּויליש: Irena Stanisława Sendlerowa) (ווארשע, 15טן פעברואר 1910- 12טן מאי 2008)[1] איז געווען א פוילישע סאציאל ארבעטער און הומאניטאר וואס האט געהאלפן ראטעווען 2,500 אידישע קינדער פון די נאציס ווען זי האט זיי ארויסגעשמוגלט פון דער ווארשאווער געטא און געגעבן זיי פאלשע פאפירן.[2]


ביאגראפיע

אירענא איז געבוירן אין ווארשע, קאנגרעס פוילן. פארן קריג האט זי געוואוינט אין טורטשין. אין יאר 1939 האט זי געארבעט אין דעם ווארשאווער פארזארג-אפטייל פון וואנעט זי האט געפירט די ריזיקאלישע הצלה אפעראציעס ראטעווען אידישע קינדער פון דער געטא במשך די ברוטאלער אקופאציע פון נאצישן דייטשלאנד. זי איז געווען טעטיק אין דער זשעגאטא פוילישער אנטי-חורבן ווידערשטאנד.

איר גרופע פון 20 מענטשן האט געראטעוועט בערך 2500 קינדער פון דער געטא צווישן אקטאבער 1940 און אפריל 1943, ווען די נאציס האבן פארברענט די געטא און געשאסן אסאך פון די איינוואוינערס און געשיקט די איבריגע צו די טויט לאגערס. מיט אן אויסרעד פון איבערקוקן די היגיענע אין דער געטא אין אן אויסבראך פון בויכטיפוס, זענען סענדלער מיט אירע געהילפן אריין אין דער געטא אויסזוכן קינדער וואס מ'קען זיי ארויסשמוגלען כדי צו בלייבן לעבן כלומערשט אלס קאטאליקן. זיי האבן ארויסגעשמוגלט עופעלעך און קליינע קינדער אין אמבולאנסן און טראמווייען, איינגעוויקלט אלס פעקעלעך. עלטערע קינדער זענען ארויס מיט צוואנגארבעט גרופעס. ארויס פון דער געטא האט מען זיי פלאצירט מיט פאמיליעס, יתומים-הייזער, שפיטעלער און קאנווענטן.

מיט דער האפנונג פון פאראייניגן זיי מיט זייערע משפחות—וואס רוב פון זיי זענען נעבעך אומגעקומען אין די נאצישע טויט-לאגערס—האט סענדלער געשריבן די אמת'ע נעמען אויף פאפירלעך. אין יאר 1943 זענען געקומען די דייטשע פאליציי צו ארעסטירן זי, דעמאלסט האט איר געהילף באהאלטן די פאפירלעך און שפעטער האט מען זיי באגראבן אין א סלוי אונטער אן עפלבוים.

נאכן קריג האט סענדלער געארבעט אלס סאציאל ארבעטער און דירעקטאר פון פאכשולעס און האט ממשיך געווען העלפן טייל פון די קינדער זי האט געראטעוועט.

אין 1965 האט די יד ושם חורבן אייראפע אנדענק אין ירושלים זי באלוינט אלס איינע פון די ערשטע מיטן טיטל "חסידי אומות העולם".[3] די קאמוניסטישע רעגירונג האט נישט געלאזט אז זי זאל פארן אין ישראל, נאר הערשט שפעטער אין 1983 האט זי באקומען די אויסצייכענונג.

זי איז געווארן קראנק מיט א לונגען-ערצינדונג אין 2008, און געשטארבן אין א שפיטאל אין ווארשע 12 מאי צום עלטער פון 98.

זי לאזט איבער איין טאכטער יאַנינא זגזשעמסקא און אן אייניקל.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Irena Sendler
  2. Baczynska, Gabriela; JonBoyle (‏2008-05-12). "Sendler, savior of Warsaw Ghetto children, dies", Washington Post, The Washington Post Company. דערגרייכט דעם 2008-05-12. 
  3. Irena Sendler - Yad Vashem website

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!