רוי:חם

פון המכלול
ווערסיע פון 04:01, 5 אויגוסט 2022 דורך 213.137.65.227 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חם בן נח אחי שם ויפת (תחריט 1553)

חם איז דער נאמען פון א מענטש אין תנ"ך וואס איז געווען דער זון פון נח.

ער האט געהאט א קינד מיטן נאמען כנען וואס פון אים האבן געשטאמט די כנענים. נאך פון זיינע קינדער זיינען: כוש, מצרים, פוט.

חם איז געשאלטן געווארן ביי נח אז די שטאמונג פון זיין קינד כנען וועלן זיין קנעכט פאר די אידן פון וועגן ער האט נישט פארדעקט זיין טאטן בשעת ווען נח איז געוועזן נאקעט (אנדערע מפרשים זאגן אז חם האט קאסטרירט זיין טאטן). וַיַּרְא, חָם אֲבִי כְנַעַן, אֵת, עֶרְוַת אָבִיו; וַיַּגֵּד לִשְׁנֵי-אֶחָיו, בַּחוּץ... וַיִּיקֶץ נֹחַ, מִיֵּינוֹ; וַיֵּדַע, אֵת אֲשֶׁר-עָשָׂה לוֹ בְּנוֹ הַקָּטָן. וַיֹּאמֶר, אָרוּר כְּנָעַן: עֶבֶד עֲבָדִים, יִהְיֶה לְאֶחָיו בראשית ט'

און דערפאר נאכער האבן די אידן איינגענומען די לאנד כנען.

ער האט געהאט צוויי ברידער, זיין עלטערער ברודער האט געהייסן שם, און זיין יונגערע ברודער האט געהייסן יפת.