רוי:חלשות

פון המכלול
ווערסיע פון 00:29, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 42 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q180007 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חלשות איז אוועק פאלן אין דער ערשטער פאזע פון גענצליכער אומבאוויסטזיין.

דאס קען קומען פלוצלינג אן קיין שום ווארענונגען בעפאר, מייסטענס ווען מען איז אויסגעמוטשעט אדער מען ווערט שטארק איבעראשט פון א בשורה רעה אדער גאר צו א גוטער בשורה.

דאס ווערט געטאן דורך די צענטראלע איסקימיק רעספאנס מעכאניזם פונעם קערפער, ווייל נישט גענוג בלוט פארזארג שטרומט צו ברענגען אקסיגען צום מוח עס זאל קענען פונקציאנירן.

די סימפטאמען צו דערקענען פאר מען חלשט אוועק איז אז דער קאפ שווינדעלט, אדער אז די אויגן ווערט גרעי און פארנעפלט און מען קען נישט גארנישט געהעריג זעהן, אדער שפירנדיג מער היץ ווי נארמאל. א.א.וו. סעקונדעס דערנאך וועט דער מענטשס וויזיע ווערן טאטאל שווארץ, און ער אדער זי וועט טראסקענען צו דער ערד, אחוץ אז מען זיצט וועט מען פאלן מיטן קאפ זייטיג אדער פאראויס אדער פון אונטן. אויב דער מענטש קען נישט אוועקפאלן ליגעדיג אדער אנגעלענט וועט ער אדער זי שטארבן ווייל דאס בלוט קען נישט צוקומען אויף ארויף.