רוי:שרעק

פון המכלול
ווערסיע פון 16:20, 2 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "האנדעל" ב־"האנדל")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שרעק אדער מורא איז א געפיל אין וועלכע עס פאסירט א קייט רעאקציע אין דעם מוח וועלכע הייבט זיך אן מיט אסאך דרוק און ענדיגט זיך מיט די ארויסלאזונג פון כעמיקאלן וועלכע מאכט די הארץ קלאפן פיל שנעלער, דאס אטעמען קורצער, און גיט פרישע קראפט פאר די מוסקלען.

אנאטאמיע פון שרעק

דער מוח באשטייט פון א געשאצטע 100 ביליאן נערוו צעלן וועלכע ארבעט מיט א נעטוואורק אין קאמיוניקאציע וועלכע הייבט אן די פונקטן פון אלעס וואס מיר שפירן, טראכטן, און טוען. דער מוח וועט אדער טאן אקציעס ווען עס פעלט אויס און אמאל שאפן אן אויטאנאמישע ענטפער אין וועלכע קיין שום אבר וועט זיך נישט רירן און דער מענטש וועט שטיין בלייבן מיט אן ענדגילטיגער באשלוס צו מאכן אלס א וויכטיגע ענטפער צו א געשעעניש. שרעק איז איינע פון די הויפט טבע'ס וועלכע ברענגט דעם מוח צו אזא סיטואציע און דער מענטש ווערט געפרוירן און בלייבט מיט'ן איינציגן באשלוס צו מאכן וועלכע איז: קעמפן אדער אנטלויפן.

סייענטיסטן שטודירן דעם מוח כסדר פרובירנדיג צו דערגיין וועלכע טיילן טוען וואספארא ארבעט און וויאזוי די צעלן קאמיוניקירן צווישן זיך צו געבן ענטפערס און אויספירן דאס וואס איז באשלאסן געווארן צו טאן. אינעם פראדעצור פון שרעק ארבעטן צום מערסטן די צענטער חלקים פון דעם מוח וועלכע דערשפירן די סכנה דורך די 5 חושים וועלכע א מענטש האט, אנאליזירט די דאטא ווי הארב דאס איז, צעטיילט די וויכטיגע און נישט וויכטיגע אינפארמאציע, לייגט אוועק די וויכטיגע אינפארמאציע אויף צייטווייליגע מעמארי צעלן עס זאל קענען גענוצט ווערן גרינגערהייט, שיקט ארויס די עמאציאנאלע געפילן, און אקטיוויזירט דעם ענדגילטיגן ענטפער צי מען זאל קעמפן אדער אנטלויפן.

דער מוח ווארט נישט לאנג צו מאכן באשלוסן אין א צייט פון סכנה אבער טייל מאל געדויערט עס יא לאנג און דאס איז וויבאלד דער מוח נעמט אויף נייע אינפארמאציע און הייבט אן דעם פראדעצור נאכאמאל און נאכאמאל ביז עס קומט צו דעם ענדגילטיגן באשלוס. יעדער מענטש איז אנדערש צו א מורא רעאקציע ווייל יעדע מענטש פארמאגט אן אנדערע מוח.

דער מוח נוצט צוויי וועגן ווען ער רעאגירט צו שרעק. עס איז פאראן א שנעלע און שטייפע וועג און א לענגערע לאנגזאמע וועג. אויב דער מענטש דערשפירט א סכנה וועט דער מוח שטענדיג ערשט טראכטן די שטייפע ועוג און נאר אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין איבערגעטריבן וועט עס נוצן די לאנגזאמע וועג.

א ביישפיל קען צוניץ קומען: איינער וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט צו די גערודער ווי איינער זאל זיך פרובירן איינברעכן פון די אונטערשטע טיר. דער מוח ווייסט אז עס קען זיין א רויבער און ער ווייסט אויך אז עס קען זיין א שטארקע ווינט. אבער עס איז מער פארזיכערט צו טראכטן אז עס איז א רויבער און נאכדעם אויסגעפינען אז עס איז געווען די ווינט ווי טראכטן אז עס איז א ווינט און דערנאך איבערראשט ווערן אז עס איז גאר א רויבער. דערפאר וועט דער מוח ערשט נוצן זיין שטייפע וועג צו טראכטן אז דאס איז א רויבער און מאכן דעם קעמפן אדער אנטלויפן באשלוס און נאר אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין א בלויזע שרעק וועט דער מוח נוצן זיין צווייטע וועג צו טראכטן לאנגזאם וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די טיר וועלכע שאקעלט זיך פון די ווינט.

די סעקונדע דער מוח דערשפירט די גערודער פון די טיר וועלכע ווארפט זיך וועט עס אנאליזירן און דערשפירן וואספארא סארט גערודער דאס איז און דערנאך וועט עס באשליסן אויב דאס איז א סכנה אדער נישט, געבויט אויף די אינפארמאציע וועלכע דער מענטש האט אין זיין מוח און פון וואס ער האט מורא. איינער האט מורא פון א מייז און א צווייטער נישט. דער וועמענ'ס מוח האט נישט מורא פון א מייז וועט זיך נישט וויסנדיג מאכן אפילו עס וועט זען א מייז וויבאלד דער מענטש האט נישט מורא און ער איז אזוי פראגראמירט אין מוח.

צוריק צו אונזער ביישפיל וועט דער מוח דארפן באשלוסן אויב די טיר גערודער איז א רויבער אדער נישט. אבער דער מוח וויל נישט נעמען די שאנסן און וועט באלד שיקן די אינפארמאציע צו א צווייטע אפטיילונג וועלכע וועט מאכן דעם פייט אר פלייט פלאן באשלוס.

ווען דער באשלוס איז געמאכט וועט אבער די מוח צוריק נעמען די אינפארמאציע פון די צייטווייליגע מעמארי צעלן און דאס ווייטער אנאליזירן אויב עס איז טאקע א סכנה אדער נישט. דער מוח וועט וועגן אלע שאנסן פארוואס דאס איז יא א סכנה און אלע שאנסן פארוואס דאס איז נישט א סכנה אזוי לאנג ווי די חושים וועלן איבערגעבן וואס איז געבליבן. עס קען זיין די אויגן וועלכע זעען אז דאס איז א רויבער, עס קען זיין די אויערן וועלכע הערן די ווינטן בושעווען, אדער איינע פון די אנדערע חושים וועלכע וועלן געבן דעם ענטפער.

דער "פייט אר פלייט" פלאן

אידיש גערעדט איז עס דער צוויי זייטיגער באשלוס וועלכע דער מענטש פארמאגט איז א צייט פון א סכנה, זאל ער קעמפן מיט די סכנה אדער זאל ער אנטלויפן פון דעם?

וואס אימער דער באשלוס וועט זיין וועט דער מוח באלד אקטיוויזירן די עמוירדזשענסי רעספאנס סיסטעם וועלכע וועט ארויסשיקן מעסעדזשעס צו אלע איברים און גלידער צו זיין גרייט פאר אקציע. אויב וועט דאס זיין אנטלויפן וועלן די פיס זיך באלד הייבן און דער מענטש וועט זיך זען לויפן אפילו ער ווייסט נישט וואו, די פיס וועלן אים אויטאמאטיש אוועקטראגן פון די סכנה און ער וועט זיך זען לויפן און לויפן ביז זיינע חושים וועלן אים אויפקלערן אז ער איז שוין גענוג ווייט פון די סכנה.

אויב וועט אבער דער באשלוס זיין צו קעמפן וועט דאס בלוט אנהויבן צירקולירן אין דעם קערפער זייער שנעל און די מוסקלן וועלן זיך שטארקן צו די מאקסימום און אלע חושים וועלן ארבעטן אינאיינעם צו מאכן די ווייטערדיגע פלענער וויאזוי אנצוגרייפן די סכנה. דער מענשט האט נישט צופיל צייט צו טראכטן און זיין מוח מוז מאכן זייער שנעלע באשלוסן וואס צו טאן טריט ביי טריט. דער מענטש וועט לויפן קען דעם רויבער און אים אנגרייפן מיט זיין גאנצע כוח וועלכע איז יעצט פיל שטערקער ווי די כוח וואס ער האט נארמאל.

מיט דעם איז גרינג צו פארשטיין פארוואס די הארץ וועט אנהייבן קלאפן שנעלער און דאס אטעמען וועט גיין קורצער און שנעלער. דאס בלוט וועט אריינפאמפן אין די הארץ פיל שנעלער ווי נארמאל און די הארץ וועט דארפן קענען נאכקומען די ארבעט און וועט זיך מוזן אביסל אנשטרענגן. זינט דאס בלוט פאמפט אזוי שנעל וועט זיך פארלאנגן מער אקסיגן סופליי צו געבן קראפט און צירקולאציע און צו דעם וועלן די לונגן זיך אויך דארפן איבערשטרענגן און אריינאטעמען און ארויסאטעמען פיל שנעלער צו קענען נאכקומען דעם פארלאנג. אפגערעדט אז די בלוט דרוק וועט זיין אויף גאר הויכע שטאפלן.

יעדער גרייכט אזעלכע סיטואציעס אין לעבן אבער רוב פון זיי ענדיגן זיך מיט בלויז שרעק. עס אינטערעסאנט ווען מען טראכט פון בהמות, חיות, עופות, פיש, און אינזעקטן וועלכע גייען דאס דורך צענדליגער מאל אין טאג. שטעלט אייך פאר דאס לעבן פון א פיש וועלכע גייט דורך אזא שרעק יעדעס מאל א גרויסע פארציקער פיש (ווי א שארק) קומט אין די געגנט. אדער טראכט פון א הערש וועלכע קומט אין אזא סכנה יעדעס מאל א וואלף באמערקט אים.

סיבה פון מורא

שרעק איז א טייל פון די עמאציאנאלע געפילן וועלכע א מענטש פארמאגט און דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אים צו קענען איבערלעבן. אין אנדערע ווערטער, איז עס א נאטורליכע אינסטינקט מיט וועלכע דער מענטש איז געשאנקן געווארן כדי ער זאל וויסן זיך צו ראטעווען פון א סכנה און איבערלעבן.

די טבע פון שרעק גייט אויך א טריט ווייטער ווען דער מענטש'נס געזיכט מאכט אויטאמאטיש א מאדנע אויסזען וועלכע קען באמערקט ווערן פון זייער ווייט. וויסנשאפטלער גלייבן אז דאס איז א טייל פון די וואונדער וועלכע איז אריינגעלייגט געווארן אינעם מענטשליכ'ן טבע כדי צו אינפארמירן אנדערע מענטשן אז עס איז פאראן א סכנה. מיט א געזיכט אויסדרוק קען מען שנעלער אינפארמירן ווי דורך רעדן אדער ווייזן מיט די הענט. אויך וועט דאס מעלדן די סכנה אפילו צו מענטשן וועלכע רעדן נישט די זעלבע שפראך ווייל דער מענטש פארמאגט אן אינסטינקט וועלכע ליינט די געזיכט אויסדרוקן אויף א צווייטן און מיט דעם פארשטייט ער וואס עס גייט פאר.

די אויגן שפילן אין דעם די גרעסטע ראלע. ווען דער מענטש איז אין א געפאר וועלן זיך זיינע אויגן עפענען גרויס און בלייבן אפען. פארקערט ווען דער מענטש איז פרייליך וועלן זיינע אויגן זאגן אז ער איז בשמחה. ענליך ארבעט די מויל און טיילמאל גייט עס ביז די הענט און פיס.

סייענטיסטן זאגן אז שרעק אינעם מענטש איז די זעלבע שטארק און סיסטעמירט ווי אמאל כאטש היינט אין די מאדערנע וועלט לעבט מען דורך די יארן אן קיין ערנסטע שרעק און אמאל האט מען יא דורכגעלעבט ערנסטע סכנות.

שטודיעס ווייזן אז די מורא סיסטעם איז גארנישט אנדערש היינט ווי אמאל און עס איז גארנישט אנדערש פון דעם מענטש וועלכער וואוינט אין אפריקע און דער מענטש וועלכער וואוינט אין אמעריקע כאטש יענער אין אפריקע גייט דורך עכטע שרעק און דער מענטש אין אמעריקע נישט.

דער סיסטעם איז שטענדיג אין פלאץ און דער חילוק איז פון וואס מען האט מורא. אמאל האט מען מורא געהאט פון א וואלף אבער מען האט זיכער נישט מורא געהאט פון קיין מייז. יעדער האט באהאנדלט פערדן און קוען אבער היינט האט מען מורא דערפון. דאס זעלבע איז די מורא צווישן א קינד און אן ערוואקסענער און די מורא צווישן א מאן און א פרוי. דאס קינד האט מורא פון א פליג אבער דער ערוואקסענער נישט. די פרוי האט מורא פון א ספיידער אבער דער מאן לאכט דערפון. דער סיסטעם וועט אבער שטענדיג ארבעטן די זעלבע נישט קיין חילוק ווי שטארק די מורא איז, ווען מען גלייכט צו איינע די אנדערע, נאר ווי שטארק די מורא איז פאר דעם מענטש וועלכע דערשפירט דאס.

דער מענטש איז אויך באשאנקן מיט אן אינסטינקט אז ער פארשטייט די סכנה אפילו ער איז נאך נישט געווען אין איר. מען איז קיינמאל נישט געביסן געווארן דורך א שלאנג אבער ווען מען וועט דאס זען וועט מען לויפן פאר דאס לעבן. מען איז נאך נישט געווען פארמישט אין א עראפלאן קראך אבער ווען דער פליגער שאקעלט זיך דראסטיש כאפט מען זיך אן שטארק ווי מען וואלט גענוי פארשטאנען די סכנה.

פון וואס מען האט מורא

א מענטש האט נאר מורא פון עפעס וואס זיין מוח זאגט אים אז ער דארף מורא האבן דערפון. יעדע קינד ווערט געלערנט פון זיינע עלטערן אדער פון אנדערע פון וואס יא מורא צו האבן און פון וואס נישט. א קינד האט נישט קיין פראבלעם אראצוקריכן פון א טיש וויל ער/זי פארשטייט נישט אז עס איז א סכנה. אבער נאך א שטיק צייט וועלן אים די עלטערן לערנען אז דאס איז א סכנה און דאס וועט פראגראמירט ווערן אין זיין מוח אויף זיין גאנצן לעבן.

א צווייטע זאך וואס פראגראמירט מורא אין דעם מוח איז אויב מען האט שוין געשפירט די סכנה. אויב איינער האט געכאפט א ביס פון א בין ווען ער איז געווען קליין וועט ער ווארשיינליך מורא האבן פון א בין זיין גאנצן לעבן. א צווייטער האט נישט געכאפט א ביס און האט נישט מורא און אפילו יענער וועט כאפן א ביס שפעטער אין זיין לעבן וועט נאך אלץ נישט מורא האבן ווייל די קליינע ביס וועט נישט שאפן קיין שרעק פאר אים אבער פאר א קינד איז דאס שוין מער ווי גענוג.

א גוטע ביישפיל איז א הונט. רוב חרידי'שע אידן האבן מורא פון א הונט טראץ וואס יעדער ווייסט אז א הונט איז א פריינטליכע חיה. וויבאלד מען איז אבער נישט אויפגעוואקסן דערמיט און מען האט געהערט זאגן אז עס קען בייסן ווען מען איז נאך געווען א קינד איז שוין איבער גענוג מען זאל מורא האבן דערפון א גאנץ לעבן. אזוי אויך איז מיט א פערד אדער אנדערע בהמה. אמאל איז מען אויפגעוואקסן דערמיט און א קינד האט געקענט פירן א פערד. אבער מיר האבן א פערד נאר געזען אין חיות גארטן און אפילו אן ערוואקסענער וועט מורא האבן דערפון.

אין 920' האט א גרויסע פראפעסאר, וועלכער האט שטודירט שרעק, גענומען א קליין קינד וואס האט נאך נישט געקענט רעדן און אים געטראגן צו א לאבאטאריע וואו מען האט שטודירט מעדיצין אויף ווייסע ראטן. דאס קינד איז געווען אנוועזענד ווען מען האט גענומען די ראטן און זיי באהאנדלט און ביז עטליכע וואכן האט דאס קינד געקענט שפילן מיט די ראטן ווי עס וואלט געווען א שפילצייג. דער פראפעסאר האט דאן געוואלט זען אויב ער וועט קענען פראגראמירן א שרעק פאר ווייסע ראטן אין דאס קינד'ס מוח. ער האט ארויפגעלייגט אן אלארם אויף דאס קינד און יעדעס מאל וואס דאס קינד האט געוואלט צורירן צו א ראט האט ער געדרוקט דעם קנעפל און די אלארם האט געקלינגן הויך פון וועלכע דאס קינד האט זיך דערשראקן. דאס איז אנגעגאנגן פאר עטליכע וואכן און צו זיין וואונדער האט דאס קינד באקומען א שרעקליכע ציטער צו א ווייסע ראט. אויף אזוי ווייט אז יעדעס מאל דאס קינד האט געזען עפעס מיט ווייסע האר האט ער געוויינט יאמערליך פון שרעק.

זעט אליינס ווי שנעל א קינד לערנט זיך אויס צו שטיין ווייט פון א אויוון. יעדעס מאל דאס קינד קומט נאנט שרייט מען ניין מיט א היסטערישע קול און כאטש דאס קינד קען נאך נישט רעדן וועט עס אבער גוט פארשטיין אז מען מעג נישט צורירן דארט. א שנעלערע וועג איז אויב מען נעמט דאס קינד'ס הענט און מען לייגט עס ביי א הייסע אויוון און דאס קינד שפירט די היץ. דער קינד וועט מער נישט צורירן די אויוון נאכאמאל.

מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס מען זעט אמאל א גאנצע פאמיליע וועלכע זענען בטבע דערשראקענע מענטשן. עס קען גרינג זיין אז די עלטערן האבן איבערגעטריבן זאכן און דאס געמאכט שרעקעדיג און דאס איז פראגראמירט געווארן אין די קינדער און פארבלייבט מיט זיי אויף שטענדיג. נישט יעדער האט מורא צו זיין אליינס אבער א מאמע וועלכע האט געזאגט אירע קינדער אז עס איז שרעקעדיג צו גיין אליינס אויפ'ן גאס וועלן די קינדער מורא האבן צו זיין אליינס זייער גאנצן לעבן.

עס זענען פאראן ערוואקסענע מענטשן וואס האבן מורא פון טונקל און דאס קומט ווייל זייערע עלטערן האבן זיי געסטראשעט מיט טונקל. יענעמ'ס מאמע האט געווארענט אז אויב מען שלאפט נישט איין וועט זי צומאכן די טיר און עס וועט ווערן טונקל. דאס קינד באקומט א שרעק פון טונקל און דאס פארבלייבט אויפ'ן גאנצן לעבן.

עס איז טאקע וויכטיג צו וויסן אז מען זאל נישט דערשרעקן די קינדער מיט קליינע זאכן. עס וועט אפשר העלפן אויף די מינוט אבער מען פראגראמירט אומזיסטיגע שרעק וועלכע וועט נאכלויפן די גאנצע לעבן.

איבערקומען שרעק

דער מוח איז א מייסטער קאמפיוטער און פונקט ווי עס פראגראמירט פון וואס מורא צו האבן קען מען אויך ארויסנעמען די מורא. סייענטיסטן האבן אמאל געמאכט א שטודיע אין וועלכע זיי האבן אויסגעלערנט ראטן צו מורא האבן פון א געוויסע גערודער וועלכע זיי האבן געמאכט מיט א מאשין. זיי האבן געלייגט די ראטן אין א שטייג וועלכע איז געווען געמאכט פון אייזן און זיי האבן באהאפטן צוויי לעבעדיגע עלעקטריק דראטן. יעדעס מאל זיי האבן געמאכט די גערודער האבן זיי עלעקטיריזירט די ראטן און נאך א שטיק צייט האבן די ראטן שוין מורא געהאט פון דעם גערודער אליינס און זענען געלאפן צו די ווינקלן און זיך אנגעכאפט שטארק נאך בעפאר די שאק איז געקומען. זייער מוח האט זיך געלערנט אז ווען עס פאסירט די גערודער קומט א שאק און זיי האבן אנגעהויבן מורא האבן פון די גערודער.

דערנאך האבן די שטודירער צוריק ארויסגענומען די שרעק פון די גערודער דורך מאכן די גערודער צענדליגער מאל און נישט געבן דעם שאק. פארשטייט זיך אז ביז א שטיק צייט האבן די ראטן מער נישט מורא געהאט פון דעם גערודער.

דאס זעלבע איז מיט א מענטש'נס מוח. יעדע מורא קען ארויסגענומען ווערן פון קאפ אויב מען מאכט ספעציעלע איבונגן דאס ארויסצונעמען. אויב זאל איינער איינגעשפארט ווערן אין א שטייג מיט ספיידערס פאר א שטיק צייט וועט יענער מער נישט מורא האבן פון קיין ספיידערס ווייל זיין מוח וועט זיך לערנען אז א ספיידער טוט נישט גארנישט און עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן דערפון. אויב איינער האט מורא פון טונקל זאל ער זיך איינגעוואוינען צו שלאפן אין א שטאק טונקעלע צימער. די ערשטע פאר נעכט וועט מען אפשר נישט קענען שלאפן פון שרעק אבער מיט דער צייט וועט די נארישע שרעק אוועקגיין.

עס איז אויך פאראן מעדיצין פאר מענטשן זיך צו העלפן איבערקומען נארישע שרעק. די מעדיצין זענען כעמיקאלן וועלכע בארואיגן די טיילן פון די מוח וועלכע מאכן שרעק און ארבעט ווי א דראג. אין א שטודיע פאר אזא סארט כעמיקאל האט מען גענומען 10 מענטשן און זיי ארויפגעפירט אויף א הויכע געביידע וועלכע האט נישט געהאט קיין צוים. אלע 10 האבן מורא געהאט ארויסצוטרעטן אויף דעם דאך כאטש די ענדע פון די דאך איז געווען מער ווי 30 פיס פון וואו זיי זענען געשטאנען. דערנאך האט מען זיי אויסגעלערנט צו גיין א טריט נאך א טריט און איבערקומען די שרעק. 5 פון די מענטשן זענען געגעבן געווארן די כעמיקאל און די אנדערע 5 נישט. דער רעזולטאט האט געוויזן אז די וואס האבן יא באקומען די כעמיקאל האבן באוויזן צו איבערקומען די שרעק דאפעלט אזוי שנעל ווי די וואס זענען געגאנגן נאטורליך.

איינע פון די בעסטע עצות וויאזוי איבערצוקומען שרעק איז צו נעמען א מענטש וועלכע האט נישט מורא פון וואס איר האט מורא און יענער זאל אייך דורכפירן די שרעק. עס איז קיינמאל נישט גוט צו שטודירן וואס האט געברענגט די שרעק ווייל דאס וועט ברענגן נאך שרעק און מען דארף ארויסרעדן וועגן שרעק וועלכע העלפט דאס איבערקומען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!