רוי:2020 פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן

פון המכלול
ווערסיע פון 23:04, 12 נאוועמבער 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די אמעריקאנער פרעזידענט-וואלן 2020 זענען געווען די 59סטע וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, וואס איז פארגעקומען דעם 3טן נאוועמבער 2020.

ווער אימער עס באקומט די מערהייט פון די עלעקטאראלע שטימען (270 עלעקטאראלע שטימען פעלן אויס צו האבן א מערהייט) וועט זיין די 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

אין דעם פארמעסט, וואס איז איינס פון די אנגעצויגנסטע פרעזידענטליכע וואלן אין די אמעריקאנער היסטאריע, פרובירן עטליכע קאנדידאטן זיך צו פארמעסטן פאר'ן פרעזידענטליכן פאזיציע קעגן דער אמטירנדער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ און זיין וויצע-פרעזידענט מייק פענס.

די צוויי הויפט קעגנער זענען דאנאלד טראמפ, אויף די רעפובליקאנער זייט, קעגן דער געוועזענער וויצע־פרעזידענט אונטער אבאמא, דזשאו ביידען מיט זיין מיטלויפערין פאר וויצע־פרעזידענט קאמאלא העריס, פאר די דעמאקראטן.

דער געווינער איז געווען דזשאו ביידן.

הויפט קאמפיין טעמעס

  • די צוגאנג וויאזוי צו באהאנדלען דעם קאראנאווירוס
  • פראטעסטן פון שווארצע קעגן פאליציי ברוטאליטעט
  • די טויט פונעם סופרים קאורט ריכטער רוט בעדער, און די איינשווערונג פונעם נייעם ריכטער עמי קאוני בערעט.
  • קלימאט טויש
  • העלט קעיר, און בפרט די 'עפארדעבל קעיר אקט', מער באקאנט אלס אבאמא-קער.


דזשאו דזשארדזשענסאן, לויפט אויפ'ן ליבארעטיריען פארטיי ליניע

האווי האקינס, לויפט אויף דער גרין פארטיי ליניע

און נאך עטליכע קאנדידאטן וועלכע לויפן אויף קלענערע פארטייען.

געוועזענע קאנדידאטן