רוי:יידיש-שפראך קינא

פון המכלול
ווערסיע פון 09:17, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ר"ץ" ב־"ר"צ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די יידיש-שפראכיגע קינא אינדוסטריע האט באשאפן עטווא 130 פילמס אין פולער לענג און נאך 30 קורצע פילמס וועהרענד די צייט פון אירע העכסטע פראדוקטיוויטעט, פון ה'תרע"א ביז ה'ת"ש. זייט דעם אנהייב דעס צווייטן וועלט-קריג, זינד ווייניקע נייע פילמס פראדוצירט.

אום אלול תרע"א האט א יידישער זינגער, א. סמאלענסקי, באגלייטעט א קורצע אויסשטראהלונג פון בעווגענדע בילדער אין מינסק מיט דעם ליד "א בריוועלע דער מאמען." לויט עקזיסטירינדע מקורות, איז דאס געווען די בעגין פון קינא אויף יידיש. עהנליכע באנדען שפילטען ארום דעם תחום-המושב. אום כ"ט אלול האט דער קינא-קונסטלער אלכסנדר הערץ פאטאגראפירט אין ווארשע א פינעף-מינוטיקן שטום-פילם, "מאיר יאזעפאביטש", וועגן א יונגער מאן וואס פארלאזט זיינע פרומע עלטערן צו קעמפן פאר פוילן. אין תרע"ג האט שמואל גאלדשטיין (סידני מ. גאלדין) געמאכט צוויי עהנליכע קורצע פילמס אין אמעריקא. צוויי יידישע פארשטעלונגען זינד געווען פאטאגראפירט און געצייגט אין פוילן אין תרע"ו. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט גאלדין גערייזט קיין וויען, וואס איז געווארן די הויפשטאט פון יידישער-שפראך שטום-פילם אין די פריהערע תר"צ-יאהרן. אין תרצ"ג האט ער געפילמט "מזרח און מערב", מיט דער יונגער מאלי פיקאן, וואס שפילט א לעבעדיק אמעריקאניש מיידל וואס באזוכט אירע פרומע פארוואנדטען אין גאליציע, און נאך אנדערע. אין פוילן שאפטע לאו פארבערט דריי ערפאלגרייכע יידישע שטום-פילמע: "תקיעת כף" (תרפ"ד), למ"ד-ו"ו" (תרפ"ה) און "אין פוילישע וועלדער" (תרפ"ט).

אין תרפ"ט האט גאלדין געעפנעט א נייע שטודיע אין ברוקלין'ס לאוער איסט סייד. דארט האט ער באלד געשאפן שפעטער "עד מתי", א קורצען פילם פון נידריקע קוואליטעט וואס איז דאך געווען דער ערשטער יידישער קלאנג-פילם. גאלדין פראדוצירטע א רייהע פון עהנליכע, ביליגע פילמס, 3,000 דאלאר א שטוק און נאר איין טאג פאר פאטאגראפירען; זי האטן אזולכע שם רע וואס דער יידישער שוישפילער פרבאנד האט פארביטן זיינע מיטגלידער עפעס צו טון מיט דער דירעקטאר. נאר אם תרצ"א האט גאלדין געפינדעט א נייער פינאנציר וואס האט איהם ערמאגליכט מאכן "זיין וייב'ס ליובאווניק", א 20,000-דאלאר ראמאנטישע קאמעדי און דער ערשטער יידיש-שפראכיגער פילם אין פולער לענגע.

אין דעם סאוועטן פארבאנד זינד א סך שטרייפען וועגן אידישע טעמעס געמאכט געווארן, ווי אבער נאר איין יידיש-שפראכיגער פילם אין פולער לענגע: "נתן בעקער פארט אהיים" (תרצ"ב). דער ערשטער יידיש-שפארכיגער קלאנג-פילם אין פוילען איז געווען "על חטא" (תרצ"ה).

אין י"ז תשרי תרצ"ז האט בעגאנן די קורצע גאלדענע עפאכע פון יידיש-שפראך פילמס מיט די פארעפענטליכונג פון "יידל מיטן פידל", איין פילם פון יוסף גרין וואס האט געקאסטט 50,000 דאלאר און איז פאטאגראפירט געווען אין ביליגע פוילן, מיט מאלי פיקאן אין די הויפטראללע. גרין'ס פילם לויפטע אין ביידע שטאטן און דעמעלסט אין גאנץ אייראפע - אפילו אין נאצי דייטשלאנד, ווי די אידן דורפן נישט מעהר די קינאס באזוכן, האט די יידישע קולטור פארבאנד "יידל" אויסגעשטראהלט - ארץ ישראל (מיט העברעישע זינכראניזאציון) און דרום אפריקע. דער אינטערנאציונאלע ערפאלג פון דעם פילם מאטיווירטע רעזשיסאר עדגאר אולמער צו מאכן "גרינע פעלדער" אין ניו יארק, וואס האט געהאט א פרעמיירע אויף ז' חשון תרצ"ח. "גרינע פעלדער" און "יידל מיטן פידל" זינד די ערפאלגרייכסטע אין די געשיכטע פון יידיש-שפראך קינא. איינער זשורנאליסט האט איינגעשעצט וואס "פעלדער" איז גווען באזוכט פון מיליאן מענטשען אין אמעריקא. גרין שאפטע נאך דריי פילמס: "פורים שפילער" (תרצ"ז), "א בריוועלע דער מאמען" ו"מאמעלע" (ביידע תרצ"ח), אלע געמאכט אין פוילען מיט לאקאלע שוישפילער. אויך אולמער מאכטע נאך דריי: ""יענקל דער שמיד" (תרצ"ח), "די קליאַטשע" (תרצ"ט) ו"אמריקאנער שדכן" (ת"ש). אין תרצ"ז איז ארויסגעקאמן אויך "דער דיבוק" פון רעזשיסאר מיכל ואשינסקי אין פוילן. באזירט אויף ש. אנ-סקי שוישפיל "דער דיבוק", ואשינסקי'ס ווערק איז גרויסטע קונסטלערישע לייסטונג אין די יידיש-שפראך קינא. נאך איינער קונסטלרישע און זייער טיירע פילם איז געווען מאריס שווארץ'ס 70,000-דאלאר "טעוויע" (תרצ"ט). דער לעצטער הויך-קוואליטעט פראדוקציון אין אמעריקא איז געווען דער ווילנער שטאט'ס חזן אין ת"ש.

דער חורבן האט פארניכטעט די גרויסע יידיש-שפראכיגע בעפאלקערונג אין אוסט אייראפע. אין פוילן מאכטען שאול גאסקינד און נתן גראס אין תש"ח צוויי פילמס, "אונדזערע קינדער" ו"מיר לעבן-געבליבענע"; זי זינד נישט געווען אויסגעשטראלט וועגן צענזור פון די נייע קאמוניסטישע מאכטהאבר. אין דען סאוועטן פארבאנד האט די רעגירונג פארפאלגט די יידישע קולטור, און א נייע גענעראציון פון אסימילירטע יונגען האט די שפראך פארלאזען. אריבער דעם אטלאנטישע אוציאן האבן די מיליטערדינסט אין די מלחמה יארן און דער נאכקריגסצייט ווירטאשפטסוונדר אלע עמיגראנטן, אויך די אידן, שטארק אמעריקאניזירט. דער עטנישע קינא אינדוסטרי, וואס האט פראדוצירט שטרייפען אין שפאניש, אוקראיניש און אזוי וייטער האט פארשוונדען, און מיט זי אויך די קליינע יידיש-שפראך ואריאנט. די צוויי לעצטע קאמערציעלע שטרייפען אויף די שפראך האטן געעפנעט אם ג' און ט' שבט תש"י: ""גאט, מענטש און טייוועל" און "האניג מונאט אים קעטסקילס."

אין ישראל, וו יידיש-שפראך פילמס מוזטען האבן איין זינכראניזציאן אויף העברעיש, זינד צוויי שטרייפען גמאכט געווען פאר שנורריי אין אמעריקא: "דאס געצעלט" (תש"י) און "דער טויער איז אפן" (תשי"ט). איין פאר פילמע קומטען אויך שפעטער אויף יידיש: Hester Street (תשל"ה, פאראייניגטע שטאטן), Bruxelles-transit (תשמ"ב, בעלגיע) "די לעצטע ליבע פון לארא אדלער" (ישראל, תר"ן). אין לעצטע יאהרן זינד געמאכט געווען "א געשעפט", "מיין טאטע'ס שטוב" און "ראָמעאָ און יוליאַ אויף יידיש".

נעץ פארבינדונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!