דינסטאג
דינסטאג איז דער דריטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער צווייטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; דינסטאג איז אלזא דער פערטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג דריי".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער דריטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט מאדים[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון מארס" (לאטייניש: dies Martis).
מאדים איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט Tiw, זייער אפגאט פון מלחמה און געזעץ. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן. אויך "דינסטאג" נעמט זיך ווארשיינליך פון Thinxus, איינע פון די נעמען פון דעם מלחמה-אפגאט. לויט אן אנדערע נעמט זיך עס פון די גערמאנישע "דינג" (ענ'), א געזעץ קאונסיל[2].
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג איינגעזאמלט די וואסערן אין ימ'ען צו אנטפלעקן די יבשה, און באשאפן די געוויקסן:
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל-מָקוֹם אֶחָד, וְתֵרָאֶה, הַיַּבָּשָׁה; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ, וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תַּדְשֵׁא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי לְמִינוֹ, אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַתּוֹצֵא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, לְמִינֵהוּ, וְעֵץ עֹשֶׂה-פְּרִי אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שְׁלִישִׁי.
דאס איז די איינציגסטע טאג וואו עס שטייט צוויי מאל "כי טוב", איינמאל פאר די ווערק פון די וואסערן און איינמאל איבער די געוויקסן[3]. דער טאג ווערט צומאל אנגערופן "יום שנכפל בו כי טוב", אלס אנדייטונג פאר א גוטן מזל. טייל פרובירן צו באשטימען א חתונה אין דינסטאג, צוליב דעם גוטן מזל[4], לויט געוויסע מקורות, איז ראטזאם פאר א רייזנדער ארויסצוגיין אין וועג אום דינסטאג[5].
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל אלקים נצב בעדת א-ל[6], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אויפגעדעקט די ערד אויף וועלכע זיין געמיינדע זאל קענען שטיין[7]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[8].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די מדבריות, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק[9].
די ערשטע דריי טעג אין וואך, ביז נאך דינסטאג, ווערן פאררעכנט צום פארגאנגענעם שבת בנוגע צו עטליכע הלכות: ווען איינער לאזט שרייבן א גט וואס מען זאל איבערגעבן אויב ער וועט נישט אנקומען ביז נאך שבת, ווארט מען אויף נאך דינסטאג[10]; ווען מען האט נישט געמאכט הבדלה אין מוצאי שבת, קען מען נאך מאכן ביז נאך דינסטאג[11].
אין אלגעמיינע קולטורן
אין די גריכישע קולטור, ווערט דינסטאג באטראכט אלס א טאג מיט שלעכטע מזל, ווייל קאנסטאנטינאפאל איז געפאלן אין דעם טאג[12]. די זעלבע איז אויך ריכטיג אין די שפאניש-רעדנדע וועלט, וואו עס נעמט זיך ווארשיינליך פון די אסאסיאציע צווישן דינסטאג אין מאדים, דער שטערן פון מלחמה און טויט[13].
אין די פאראייניגטע שטאטן ווערן אלעמאל אפגעהאלטן די פרעזידענט-וואלן אין די ערשטע דינסטאג וואס איז נאך נאוועמבער 1. אויך איז פארהאן דער סופער טוסדעי, ווען די פריימעריס פון די פאליטישע פארטייען קומען פאר אין עטליכע שטאטן אויפאמאל.
אין מדינת ישראל, איז דער דאטום פאר די בחירות צום כנסת באשטימט אלס דער דריטער אדער ערשטער דינסטאג פון חודש חשון. אויך ווען די בחירות ווערן געפעדערט, איז איינגעפירט זיי צו באשטימען אין א דינסטאג.
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
- ↑ זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
- ↑ "Tuesday". Online Etymology Dictionary.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ד', פסקה ו'
- ↑ רבי ישעיה גאלד, חזון ישעיה - נישואין, ברוקלין תשמ"ח, עמ' קל"ג; רבי יוחנן סופר, אפריון חתנים, סימן ג', ירושלים תשס"ב, עמ' ט'.
- ↑ רבי אליעזר פאפו, חסד לאלפים, סימן ק"י, אות ה', ירושלים תשמ"ה, עמ' קס"ד; רבי יעקב חיים סופר, כף החיים, אורח חיים, סימן ק"י, ס"ק ל', ירושלים תרס"ה, דף מ"ט, טור ג'.
- ↑ משנה, תמיד ז, ד
- ↑ ראש השנה לא, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן קל"ג
- ↑ תענית כז, ב
- ↑ גיטין עז, א
- ↑ פסחים קו, א
- ↑ "The fall of Constantinople" (23 December 1999).
- ↑ MARTÍNEZ, HELENA (2008-05-13). "Reportaje | Marte cena con los apóstoles" (אויף es), El País.
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|