מאנטאג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאנטאג איז דער צווייטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.

דער טאג הייבט אן דער וואך פון ארבעט אין דער מערב וועלט, וואו זונטאג איז א רוה טאג. אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס דעריבער פאררעכנט אלס דער ערשטער טאג פון וואך, נאכפאלגנדיג דעם וויקענד.

אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; מאנטאג איז אלזא דער דריטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג צוויי".

נאמען

לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער צווייטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט די לבנה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון לבנה" (לאטייניש: dies Lunae). דער נאמען האט זיך פארשפרייט לענגאויס די אימפעריע און געווארן אדאפטירט דורך די פארשידענע גערמאנישע שבטים, וועלכע האבן גערופן דעם טאג 'מאָן-טאג' אויף זייער שפראך.

  1. זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי