רוי:דאנאלד טראמפ
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דאנאלד דזשאן טראמפ ( אויף ענגליש : Donald John Trump ; געבוירן דעם 14טן יוני 1946 ) איז דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן .
איידער ער איז אריין אין פאליטיק, איז ער אנערקענט געווארן אלס ביזנעסמאן, א קאנסטראקציע אונטערנעמער און א געוועזענער פראדוצירער און באלעבאס פון אן אמעריקאנער רעאליטעט שוי. געדינט אלס פּרעזידענט צווישן די יארן 2017-2021.
טראמפ איז דער אייגנטימער פון דער קארפאראציע "די טראמפ ארגאניזאציע", און דער גרינדער פון דער פירמע "טראמפ פארוויילונג רעסאָרטס", וועלכע איז פארנומען מיט די בוי ארבעט, אפעראציעס פון געביידעס, קאַסינאָס, קולטור-אינסטיטוציעס און האָטעלן איבער דער וועלט. זיין פארשווענדענישע לעבנס שטייגער, האט אים געמאכט בארומט אין די לעצטע יאר צענערס פון די 20 יאָרהונדערט. אנהייב 21סטן יארהונדערט איז ער אויך געווען א בארימטע טעלעוויזיע פערזענליכקייט א דאנק א פאפולערע פראגראם וואס ער האט פארגעשטעלט מיטן נאמען "The Apprentice", וואס איז געלאפן אין די 2004-2015. אין די 2016 פרעזידענט וואלן איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט און האט באזיגט זיין דעמאקראטישע קעגנער, הילערי קלינטאן.
גלייך ביים אריינגיין אין אמט, האט טראמפ זיך געאיילט אונטערצושרייבן א סעריע פון פרעזידענטליכע באפעלן, אריינגערעכנט דעם פארארדענונג וואס האט פארבאטן אימיגראציע פון בירגערס פון עטליכע מוסלעמענער לענדער וואס האט א מוסלעמענער מערהייט, ווייל ער האט זיי אנגערופן "טעראר-פריינדליכע" לענדער. אנדערע אָרדערס נעמען אראפ רעגולאציעס פון ביזנעסער און ענוויירומענטואלע שוץ, און גלייכצייטיג פאראויסגשטופט מאַסיווע שטייער שניט. אין אויסערן פאליסי האט ער פאראויסגשטופט א פאליסי וואס ער האט קאראקטיריזירט אלס "אמעריקע ערשט": ער האט זיך צוריקגעצויגן פון פארהאנדלונגען אין די טראנס-פּאַסיפיק שותפות און די פאריזער אפמאך וועגן קלימאט טוישונגען, ארויפגעלייגט אימפארט טאריפס וואס האט ארויסגערופן א האנדל קריג מיט כינע, און צוריקגעצויגן אמעריקאנער כוחות פון די ציווילע מלחמה אין סיריע. זיין שטעלונג צו מדינת ישראל איז געווען גאָר פאזיטיוו, אריינגערעכנט ווען ער האט אנערקענט ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט און מדינת ישראל'ס בעלות אויף די גולן בערג, פאראויגעשטיפט די עברעהעם שלום אפמאך מיטן ציל נארמאליזירן די באציאונגען צווישן מדינת ישראל און עטליכע אראבישע לענדער, און גענומען א שטארקע ליניע קעגן איראן. צווישן אנדערע ווען ער האט זיך צוריקגעצויגן פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן און ווען ער האט באפוילן די עלימינירן א צאל עליטע מיטגלידער פון איראן'ס רעוועלוציענערישע גווארדיע.
טראמפּ איז געלאפן פאַר אַ צווייטער טערמין אין די פרעזעדענטליכע וואלן אין 2020, אבער האט פאלוירן צו זיין קעגנער דער דעמאקראטישע קאנדידאט דזשאו ביידען. מיט ביידענס נצחון, האט טראמפ זיך צוגעשטעלט צו 10 פרעזידענטן וועלכע זענען נישט ערוויילט געווארן צו א צווייטן טערמין – דער לעצטער פון זיי איז געווען דזשארדזש הערבערט וואקער בוש, אויך פון דער רעפובליקאנער פארטיי.
נאוועמבער 16, 2022, האט טראַמפּ מודיע אַז ער וואָלט לויפן אין די פרעזעדענטליכע וואלן פון די פאַרייניגטע שטאַטן אין 2024.
טראמפ איז געווען דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט צו ארעסטירט ווערן, און ער איז דער ערשטער פרעזידענט וואס ווערט אנגקלאגט סיי אין סטעיט געריכט פאר'ן פעלשן ביזנעס דאקומענטן, סיי אין פעדעראלן געריכט פארן פארהאלטן קלאַסיפיצירטע דאקומענטן.
דער אנהייב פון זיין לעבן און משפּחה
טראַמפּ איז געבוירן אין ניו יארק אין אַ משפּחה פון דייטשע סקאטישע אפּשטאם, אַ מיטגליד פון דער אמעריקאנער פּרעסביטעריאַן קירכע. זיין זיידע, פרידריך טראַמפּ, איז געבוירן אין קאלשטאדט אין די קעניגרייך פון באוואריא (שפּעטער צוזאמגעשמאלצן מיט די דייטש אימפעריע), האט אימיגרירט צו די פאַרייניגטע שטאַטן אין 1885, און האט אמעריקאניזירט זיין ערשטער נאמען צו פרעדריק ווען ער באקומען אמעריקאנער בירגערשאַפט אין 1892 . אין די צייט פון די גאלד געלויף אין 1897, האט פרעדריק געבויט דריי רעסטוראנען מיט אַ האטעל אויף די וועג פון די גאלד מינעס וואָס איז געווען אין קלאנדיקע אין קאנאדע, אזוי האט ער געמאכט זיין ערשטער פארמעגן. דערנאך האָט ער זיך צוריקגעקערט צו זײן היימשטאט אין 1902, דארט האט ער חתונה געהאט מיט זיין פרוי, עליזאבעטה . זיי האבן זיך אריבערגצויגן קיין ניו יארק סיטי אום אויגוסט פון דעם יאר. צוליב זיין פרוי'ס בענקשאפט צו איר היימלאנד, האָט די משפּחה זיך אומגעקערט צו זייער געבורטסארט. ווען זיי זענען אנקגעקומען, האבן די דייטשע אויטאריטעטן באשלאסן אז פרעדריק האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן כדי זיך ארויסצודרייען פון באצאלן שטייערן און מיליטער דינסט אין דער דייטשער ארמיי, און אז ער האט פארלעצט א געזעץ וואס פארבאט אימיגראציע קיין צפון אמעריקע. אין דער רעזולטאט איז זײן דײטשע בירגערשאפט אפגערופן געװארן . ערהאט פרובירט צו אפּעלירן דעם באשלוס אן ערפאלג, און אין 1905 האט ער אן קיין ברירה זיך געדארפט צוריקערן צו די פאַרייניגטע שטאטן.
דאנאלדס פאטער, פרעד טראמפּ, איז געבוירן 11 אקטאבער 1905 אין קווינס. ווען ער איז געווען 15 יאר אלט, איז ער געגאנגען אין די פיסטריט פון זיינע עלטערן און איז אריין אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, און צוזאמען מיט זיין מוטער געגרינדעט די ארגאניזאציע "עליזאבעט טראמפ ענד סאן", ווען פרעד איז געווען 22 יאר אלט איז די ארגאניזאציע געווארן א פירמע. אין די 1920ער יארן , האט ער געבויט דירות אין קווינס, וועלכע זענען פארקויפט געווארן מיט א ביליגערע פרייז פון די מארקעט פרייז אין יענער צייט, אין די צווייטע וועלט קריג האט פרעד געבויט באראקן פאר די מיליטער, און נאך דער מלחמה האט ער פארברייטערט זיינע אפעראציעס און ער האט געבויט הייזער פאר די פאמיליעס פון מלחמה וועטעראן. אין די פריע 1930 ער יארן, האט פרעד באגעגנט מערי מאקלעאד, וואס האט אימיגרירט מיט איר סקאטיש משפּחה פון די בריטישע טערעטאריע. ער האט חתונה געהאט מיט איר אין יאנואר 1936 אין א צערעמאניע וואס איז געפייערט געווארן אין אַ פּרעסביטעריאנישע קירכע.
די פּארל האָט געוואוינט אין די דזשאמעיקא , וואָס איז אין די בארא קווינס, ניו יארק. דעם 5טן אפריל 1937 האבן זיי געבוירן זייער ערשטע טאכטער, מאריאנא טראמפ, און דרענאך זייער זון פרעדריק דזשוניער (1938-1981), עליזאבעט (געבוירן 1942), דאנאלד (געבוירן 1946), און ראבערט (1948-2020). דער עלטסטער ברודער, פרעד טראמפ דזשוניער, איז אַרײן אין די פאמיליע ביזנעס, און האט זיך פארפלאנטערט מיט זייער טאַטן און איז ער געגאנגען זיך לערנען צו ווערן אַן פּילאָט פאר ליפטליניעס,ער איז געשטאָרבן פון האַרץ פראבלעמען נאכן זיין צוגעבינדן צום ביטערן טראפ אין 1981 אין עלטער פון 43;; דאנאלד טראמפּ צו זיין ברודערס גורל דער פאקט אז ער פארמיידט זיך פון אַלקאָהאָל און רייכערן. טראמפ'ס יונגערע ברודער, ראבערט, איז אויך אריין אין די פאמיליע ביזנעס און איז געווארן א מענעדזשער. ראבערט טראמפ איז געשטאָרבן אין אויגוסט 2020.די טראַמפּ שוועסטער האט נישט אנגעיאגט צו אַריינגיין אין די פאמיליע פירמע אביים לעבן פון איר פאטער, וואס איז געשטארבן אין 1999. מאריאַנא טראמפּ האט געדינט אלס אַ ריכטער אין די פעדעראלע אפעליר געריכט און די קאָלאָמביע דיסטריקט , דעקנדיג דעלעווער, ניו דזשערזי און פּעננסילוואַניאַ; א שטעלע צו וועלכער פרעזידענט ביל קלינטאן האט איר אפוינטעד. עליזאַבעט טראַמפּ האט געארבעט אלס אַן אדמיניסטראטיווע געהילף אין א באַנק .
דער אָנהייב פון זיין לעבן און שאפן
דאנאלד טראמפּ איז געבוירן געווארן יוני 14, 1946 צו פרעד און מערי טראמפּ אין קווינס. אלס קינד האט זיך דער טאטע אפט מיטגעטיילט מיט אים אין זיינע ביזנעס באשלוסן און אים אפילו געלאזט העלפן די ארבעטער ביי די בוי ארבעט פון די געביידעס. אין זיין יוגנט ער געוואלט אויסוואקסן אַ פאכמאנישער בעיסבאל שפּילער. ביי די 13 יאָר צוליב פּראבלעמען מיט דיסציפלין וואס ער האט געהאט, האָט זײן טאטע באַשלאסן אים צו איינשריבן אין דער מיליטערישע אקאדעמיע אין ניו יארק, וואו ער האט שטודירט 5 יאָר. ער איז דאָרטן אויפגענימען געוואָרן אלס א קאפּיטאן פון אַ קליינע גרופע סאלדאטן און אלס טרעינינג אפיציר פון אַ באטאליאן, און האָט מארשירט אין שפיץ פון אַ מיליטערישער פּאראדע אין מאַנהעטן צו קאַמעמארעיט קאָלומבוס דעם 12טן אקטאבער 1963 . בעת ער איז געווען אין קאלעדזש איז ער געווען פארמישט אין די פראיעקטן פון זיין פאטער'ס ריעל עסטעיט פירמע, ער איז געווען געשטעלט מיט'ן ווידער עפענען א אפארטמענט קאמפלעקס אין סינסינאטי, אהייא, וואָס זיין פאטער האט געקויפט אין 1962. אין 1972 האט טראַמפּ פארקויפט דעם קאָמפּלעקס פאַר 6.75 מיליאָן דאלער.
אין אויגוסט 1964 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אין דער פארדהעם אוניווערסיטעט אין ניו יאָרק. אין זיין דריטער יאָר איז ער געגאנגען לערנען עקאָנאָמיקס אין די וואַרטאָן שולע אין די אוניווערסיטעט פון פענסיוועילניע, שטודיעס פון וואס ער האט גראדואירט אין 1968. אין 1966 ווען ער האט נאך געהאלטן אנדערמיט פון זיינע שטודיעס האט ער באקומען אַ איינלאדענונג צו זיל אנשליסן אין די אמעריקאנער ארמיי אין ראם פון א דרעפט ווי מען האט זיך געדארפט רעקרוטירן בשעת די וויעטנאם מלחמה , אבער ער האט באקומען א פטור צוליב זיינע שטודיעס און מעדצינישע סיבות, אין יולי 1968האט אַ לאקאלע רעקרוטינג בארד אים קאראקטיריזירט אלס פּאסיג צו מיליטערישע דינסט. אין אקטאבער 1968, ער איז געווארן קאראקטיריזירט 1-Y: מעדיצינישע קאנדישען אפזאג, און אין 1972, ער איז געווען רעקאראקטיריזירט ווי 4-F ביינער פראבלעמען אין זיין פוס, וואָס האט אים דיסקוואַליפיצירט פון מיליטערישער דינסט פאר אייביג.
פּריוואט לעבן און משפּחה
טראמפ האט חתונה געהאט צום דריטן מאל, מיט מעלאניא קנאוס טראמפ, אן אמעריקאנער סלאוואקיש, געבוירן אין יוגאסלאוויע. זיין צווייטע פרוי איז געווען מארלא מעיפּלעס, און זיין ערשטער פרוי איז געווען איוואנע זעלעניקאוואַ. טראמפּ איז געווארן געבילדעט ווימען געבט א קינד דאס עסן אין מויל (אלס קינד האט איז ער געשיקט געוואן צו א זונטאג שולע דורך זיין עלטערן) . און די זיבעציגער האט זיין משפּחה זיך אריבער צו די רעפאָרמירטע מאַרבל קהילה פון מאַנהעטן (איינער פון די ערשטע פּראטעסטאַנטישע קאמיוניטיס וואס געגרינדעט געווארן אין צפון אַמעריקע, געגרינדעט אין 1628.) נארמאן ווינסענט פּעאלע איז געווען דער גלך פון די טראמפּ פאמיליע ביז זיין טויט אין 1993 און טראמפ באציט זיך צו אים ווי זיין מורה דרך. אין 2020 האָט ער געמאלדן אז ער אידענטיפיצירט זיך מער נישט מיט דער קירכע, און האלט זיך פאר א פשוטער קריסט. טראמפ איז דער פאטער פון פינף קינדער. ער האט געהאט דריי קינדער פון זיין ערשטער חתונה מיט איוואנא.
זיין טאכטער איוואנקא טראמפּ האָט זיך מגייר געווען צו אידישקייט איידערן חתונה האבן מיט דזשעראד קושנער. זי האָט איבערגענימען איר טאטן אין דער געשעפטן בשעת די פרעזעדענטליכע וואלן אין 2016. איוואנקע האָט אויך געהאָלפן פירן דעם קאמפיין און האט געגעבן רעדעס אין שטיצע דערפון אין עטלעכע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן.
זיין זון דאנאלד טראַמפּ דזשוניער, האט חתונה געהאט מיט וואניסא היידאן און זיי האבן זיך געשיידט אין 2018.
זיין זון עריק, סערווירט ווי געהילף פאַרוואַלטער אין זיין פירמע.
זיין טאכטער טיפאַני, פֿון זיין צווייטע פרוי, מארלא. האט חתונה געהאט אין נאוועמבער 2022 מיט ביליאנער מיכאל באלוס.
זיין זון באראן וויליאם, געבוירן אין 2006, פון זיין פרוי מעלאניא.
זיין פארמעגן
טראמפ איז משמעות דער ערשטער ביליאנער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און בפרט דער רייכסטער[23]. די פּינטלעך מאָס פון זיין עשירות איז אומבאַקאַנט און דיספּיוטיד. אין 2005, Timothy O'Brien ס בוך "TrumpNation: The Art of Being The Donald" איז ארויס. אינעם בוך שטייט אז די ווערט פון טראמפ'ס פארמעגן און פארמעגן באשטייט פון 150 ביז 250 מיליאן דאלאר, און אז ער איז א "מיליאנער" און נישט קיין "ביליאנער", ווי טראמפ טענהט. אין רעאקציע האט טראמפ אריינגעגעבן א לשון הרע קעגן דעם מחבר. דעם 17טן יולי 2009 האט דער סופרים קאורט פון די סטעיט פון ניו דזשערסי ארויסגעווארפן די קלאגע, און געאורטיילט אז אובריאן האט נישט באשמוצט טראמפ ווען ער האט געטענהט אז די ווערט פון זיין עשירות און פארמעגן איז פיל נידריגער ווי טראמפ האט געטענהט. דער געריכט האט נישט דיסקוטירט די פראגע פון די אמתע מאָס פון טראמפ'ס עשירות.
אין אָקטאָבער 2016, האָט דער פאָרבעס זשורנאַל געשאצט טראמפ'ס עשירות און פארמעגן ביי 3.7 ביליאן דאלאר, א קאַפּ פון 800 מיליאן דאלאר אין פארגלייך צו דעם פארגאנגענעם יאָר[24]. טראמפ אליין האט געשאצט אין יוני 2015 אז זיין פארמעגן איז געשאצט געווארן אויף 8.7 ביליאן דאלאר. טראמפ האט קיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעגעבן זיינע שטייער רעקארדס, דערפאר איז אוממעגליך צו וויסן מיט זיכערקייט וויפיל זיין נעץ ווערט איז געשאצט [25] אין אפריל 2020 האט דער זשורנאַל געשאצט זיין נעץ ווערט ביי $2.1 ביליאן [24] בעשאַס די 2016 פּרעזאַדענטשאַל וואַלן קאמפאניע, די New York Times אנטפלעקט טייל פון טראַמפּ ס שטייער קערט אין 1995 פון וואָס עס ימערדזשד אַז ער פאַרפאַלן $ 916 מיליאָן אַז יאָר [26]. דאָס האָט אים דערלויבט צו אַראָפּרעכענען די פארלוסטן אין די פאלגענדע יאָרן און ויסמיידן צאָלן שטייַער. ביי איינע פון די פרעזידענטליכע דעבאטן, האט טראמפ געזאגט אז ער האט נישט באצאלט שטייערן ווייל ער איז קלוג[27]. דעם 28טן סעפטעמבער 2020 האט דער ניו יארק טיימס פארעפנטלעכט אז טראמפ איז אין כויוו פון 421 מיליאן דאלאר, אז אין 2016-2017 האט ער באצאלט 750 דאלאר אין נאציאנאלע איינקונפט שטייער, און אז אין 10 פון די לעצטע 15 יאר האט ער בכלל נישט באַצאָלט קיין איינקונפט שטייער. 28 ].
קאַריערע
געשעפט קאַריערע
די טראַמפּ האטעל אין לאַס וועגאַס וועמענס פֿענצטער זענען באדעקט אין 24 קאַראַט גאָלד
דאָנאַלד טראַמפּ שאָקלט די האַנט פון יו. עס. פרעזידענט ראָנאַלד רעאַגאַן, באזוכן די ווייסע הויז, 1987
נאך שולע האט ער געצויגן מיט זיין פאטער'ס ריעל עסטעיט פירמע וועלכע האט זיך געשטעלט אויף דינגען צו די מיטל קלאס אין ברוקלין, קווינס און סטטען איילענד, אין 1971 איז ער אריבערגעפארן קיין מאנהעטן. טראמפ ארגאניזאציע. ער האָט אָנגעהויבן ארבעטן אויף גרעסערע פראיעקטן, ניצן אַ פלאַמבואַנט אַרקאַטעקטשעראַל פּלאַן. ער האט פארדינט פובליק אויפמערקזאמקייט צום ערשטן מאל ווען ער איז אין 1973 באשולדיגט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן פון יוסטיץ דעפארטמענט מיט פארלעצן פונעם פער האוזינג געזעץ, פאר אפערירן און פירן 39 געביידעס. טראמפ האט אפגעווארפן די באשולדיקונג, טענהנדיג אז עס שטאמט פון די גרייס פון דער פירמע, און פון דעם ווילן צו צווינגען זי צו דינגען פאר וווילשטאנד באנעמער. אין 1975, די פּאַרטיעס ריטשט אַ קאָמפּראָמיס העסקעם אויף דעם אַרויסגעבן [29].
צווישן די פראיעקטן אין וועלכע ער איז געווען פארמישט זענען טראמפ טאַוער און טראַמפּ וועלט טאַוער אין ניו יארק, די טראַמפּ בילדינג אין ניו יארק וואָס ער האָט געקויפט און רענאַווייטיד, טראַמפּ פּאַרק עוועניו וואָס ער קאָנווערטעד אין אַ רעזידענטשאַל וווינונג בנין, די טראַמפּ פּלאַזאַ האטעל און קאַסינאָ, די טאַזש מאַהאַל האטעל און קאַסינאָ און די טראַמפּ קאַסטלע האטעל און קאַסינאָ אין אַטלאַנטיק סיטי, די פּלאַזאַ האטעל אין ניו יארק יארק וואָס ער געקויפט אין 1988 און פארקויפט אין 1995, די טראַמפּ האטעל אין לאַס וועגאַס, די Mar-a-Lago Resort אין פאלם ברעג ווי געזונט ווי ריזאָרץ און גאָלף קאָרסאַז אין דער וועלט. זעקס מאָל בעשאַס זיין קאַריערע, קאָמפּאַניעס אָונד דורך אים געפאלן אין ינסאַלוואַנסי און געגאנגען אין ליקווידיישאַן פּראָוסידזשערז [30].