רוי:וואשקו דא גאמא

פון המכלול
ווערסיע פון 08:35, 13 פעברואר 2020 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Vasco-da-gama-2.jpg with File:Gregório_Lopes_-_Vasco_da_Gama_(ca_1524).jpg (by CommonsDelinker because: File renamed: correction).)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
וואשקו דא גאמא

וואַשקו דאַ גאַמאַ (פארטוגעזיש: Vasco da Gama[ˈvaʃku ðɐ ˈɣɐmɐ]; בערך 1460 אדער 1469 – 24סטן דעצעמבער 1524), איז געווען א פארטוגעזישער אויספארשער, איינער פון די מערסטע דערפאלגרייכע אין זיינע צייטן און דער קאמאנדאנט פון די ערשטע שיפן וואס זענען געפארן גלייך פון אייראפע אין אינדיע.

דא גאמא איז געווען דער ערשטער אייראפעישער וואס האט דערגרייכט אינדיע דורכן ים. צוליב דעם האט פארטוגאל באוויזן אויפצושטעלן א לאנגיעריקע קאלאנישע אימפעריע אין אזיע.

דער מלך פון פארטוגאל, מאנועל דער ערשטער האט געשיקט דא גאמא אין 1497 מיטן ציל צו גרינדן א האנדלוועג דורכן ים פון פארטוגאל אינעם ווייטן מזרח.

יונגע יארן

דא גאמא איז געבוירן געווארן אין א מיוחדיקער משפחה אין סינש, אין דרום פארטוגאל. זיין פאטער איז געווען דער הערשער פון דער שטאט. זיין מוטער איז געווען פון א בריטישער אפשטאמונג.

די ערשטע רייזע

די ערשטע רייזע האט פארלאזט דעם פארט פון ליסבאן דעם 8טן יולי 1497, מיט פיר שיפן.