רוי:רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש)
רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זצ"ל (י' כסלו ה'תרכ"ד - א' ר"ח אייר ה'תרפ"ד), פון דראהביטש, באקאנט אלס רבי חיים מוניא.
אפשטאם
רבי חיים מוניא איז געבוירן אין סאדיגורא, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון סטרי, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.
רבנות
נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ט מנחם אב ה'תרמ"ז האט רבי חיים מוני'א נישט געוואלט איבערנעמען זיין פאטער'ס רעביסטעווע, הערשט נאך דעם וואס זיין שווער דער באהושער רבי האט אים באפוילן איז רבי חיים מוני'א אריבער קיין דראהביטש און אנגעהויבן פירן דארט.
ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז רבי חיים מוני'א אנטלאפן קיין אונגארן און פון דארט איז ער ענדליך אנגעקומען קיין וויען.
אין יאר ה'תרע"ח האט רבי חיים מוני'א געגרינדעט אין וויען - צוזאמען מיט נאך אנדערע רוזשינער אייניקלעך - די ארגאניזאציע "ישוב ארץ ישראל", אין דעם עפנטליכן אויפרוף (קול קורא) ביים גרינדן פון דער ארגאניזאציע, ווערט ערקלערט זייער ציל, צו זארגן אז ארץ ישראל זאל נישט זיין בלויז אן ארט ווי אידן זאלן אנטלויפן אלס פאלק, נאר ס'זאל אויך זיין אן ארט פאר דער תורה, ווייל ס'איז קלאר אז דער סעקרעט פון עקזיסטענס פון דעם יידישן פאלק איז נאר דער עוויגקייט פון דער תורה.
אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי חיים מוני'א אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים, אויף רחוב דוד אין שכונת בוכרים.
הסתלקות
רבי חיים מוני'א איז נפטר געווארן א' ר"ח אייר ה'תרפ"ד, און ער ליגט אין הר הזיתים.
זיין רביצין מרת שבע איז נפטר געווארן כ' אדר א' ה'תרצ"ו. און זי ליגט אין הר הזיתים.
פאמיליע
רבי חיים מוני'א האט געהייראט מרת שבע א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:
- הרב אברהם יעקב שפירא (ה'תרמ"ד - כ"ד אדר ב' ה'תשכ"ב), פון דראהביטש-ירושלים. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אסתר גאלדא א טאכטער פון הרב נתן דוד ראבינאוויטש פון ביאלא-פארצעווע. בזיווג שני האט ער געהייראט ??? בזיווג שלישי מרת גיטל לאה (גיטל'ע) א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן, פון לייפציג. ער איז נפטר געווארן דורך אן אויטא צוזאמענשטויס גייענדיג איינלאדן זיין שוועסטער-קינד הרב יעקב אריה לייב טווערסקי פון טריסק-לאנדאן, אויף שבת, און ער ליגט אין הר המנוחות. זייערע קינדער:
- הרב אבי עזרא זעליג שפירא ( - י"ח תשרי ה'תשכ"ח), ער האט געהייראט מרת בלומא רייזיל ( -כ"ד שבט ה'תשי"ג), א טאכטער פון הרב משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן. ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב. זייערע קינדער:
- הרב יצחק שפירא.
- ד"ר שלום יוסף שפירא, א לערער פון ירושלים.
- הרב ישראל שפירא ( - י"ט תשרי ה'תש"ם), ער האט געהייראט מרת צפורה ( - י' אייר ה'תשל"ג) א טאכטער פון הרב חיים יצחק טווערסקי פון סקווירא. ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
- מרת בלומא רייזיל, די ווייב פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון גוואדזשיץ, א זון פון הרב יצחק מרדכי שפירא פון גוואדזשיץ. זייערע קינדער:
- ר' ישראל שפירא.
- הרב שלמה שפירא.
- ר' משה שפירא ( - י"ט ניסן ה'תשכ"ב) ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת אסתר דינה ברכה א טאכטער פון הרב יעקב דוד פרידמאן פון פאשקאן.
- ר' חיים שפירא.
זעט אויך
רעפערענצן
- מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה
- נר ישראל ח"ו בערכו (21)
- מנחם קמפינסקי, מרוז'ין לציון, מכון הר ברכה, תשע"א
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!