רוי:היתר מכירה

פון המכלול
ווערסיע פון 18:35, 14 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q7210837 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

היתר מכירה איז א פראצעס, לויט וועלכן די פעלדער אין גאַנצן לאַנד ישראל ווערן פאַרקויפט פאַר אַ גוי - אין שמיטה יאר, כדי צו קענען דאס בארבייטען געהעריג, און אויסקרויזן די תורה'דיגע איסור אז די פעלדער וואס געהערן פאר אידן ברויכן צו רוהן אין שמיטה יאר. דאס איז ענדלעך צו דעם פראצעס פון מכירת חמץ פאַר יום-טוב פּסח, אז אפילו די חמץ ליגט טאקע ביים איד אין קיך איז דער שאפע פארקויפט פארן גוי.

במשך די לעצטע 120 יאָר גייט אָן אַ דעבאַטע צווישן רבנים און פּוסקים צי דער היתר מכירה איז אויסגעהאַלטן אָדער נישט.

הרב יצחק אלחנן ספּעקטאָר, דער קאָוונער רב, און (אין שפּעטערדיקן דור) הרב אברהם יצחק הכהן קוק האָבן בשעתם געשטיצט אַ היתר מכירה. ווידעראום דער נצי"ב פון וואַלאָזשין און (אין אַ שפּעטערדיקן דור) דער חזון איש האָבן בשעתם געאַסרט אַ היתר מכירה. און אין די איצטיקע צייטן טענהן אַנדערע רבנים אַז דער היתר מכירה פון הרב קוק איז נישט גילטיק אונטער די עקאָנאָמישע אומשטענדן וועלכע הערשן אין ישראל היינט צו טאָג.