רוי:חורש מצ"ל
חורש מצ"ל איז א ספר געדרוקט אין יאר ה'תקמ"ו, וואס אנטהאלט אין זיך דריי ספרים וואס דער חיד"א האט פארפאסט, מורה באצבע, צפורן שמיר און לדוד אמת.
אין די שפעטערדיגע יארן האט מען אפגעטיילט אין די דריי ספרים איז געדרוקט יעדע איינע פאר זיך.
מורה באצבע
מורה באצבע איז א קליין ספר, געדרוקט צום ערשעטן מאל אין יאר ה'תקמ"ו.
עס אנטהאלט אין זיך דינים און מנהגים וויאזוי זיך צו פירן יעדן טאג, אויך א סאך פסקי הלכות וויאזוי זיך פירן טאג טעגליך, ספעציעל בשעת מען דאווענט. עס באשטייט בעיקר פון טאג טעגליכע געפירוכץ פון א ערליכער גאט פארטיגער מאן, אויך האט עס מוסר רייד און הנהגות פון קבלה און פון חסידות.
דער חיד"א שרייבט דערויף: איך האב געשריבן דערין וויאזוי זיך פירן, בלויז אביסל און ווייניג, ווייל פארן המון עם דארף מען נישט שרייבן אסאך און באריכות, און אויב וועלן זיי זיך שטארקן אין יראת ה' וועלן זיי ממילא לויפען זיכער נאך ספרים. און אויך ווייל אסאך מנהגים איז שוין באקאנט. יוסף אומץ סי' כ"ג.
דאס ספר איז זייער באקאנט און מפורסם, עס איז אסאך מאל געווארן געדרוקט, אויך אין אנדערע שפראכן אראביש און שפאניש. (מעם לועז חדש, ירושלים תרנ"ג).
אויך איז עס געווארן געדרוקט מיט פירושים און מלקטים ווי דער ספר אצבע קטנה פון רבי מנחם ב"ר שמעון מרדכי מאדריאנופולי, און דער ספר שערי הקודש פון ר' יהושע ב"ר מאיר הכהן קפלן. אויך איז דערויף דא הגהות פון דעם דזשיקעוואר צדיק יודא'לע הורוויץ.
צפורן שמיר
צפורן שמיר איז א קליין ספר, געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקמ"ו. עס איז א השלמה און פארטיגט צו דאס וואס עס פעלט אין זיין ספר מורה באצבע.
עס אנטהאלט אין זיך דינים און מנהגים וויאזוי זיך צו פירן יעדן טאג, אויך א סאך פסקי הלכות וויאזוי זיך פירן טאג טעגליך, ספעציעל בשעת מען דאווענט. עס באשטייט בעיקר פון טאג טעגליכע געפירוכץ פון א ערליכער גאט פארכטיגער מאן, אויך האט עס מוסר רייד און הנהגות פון קבלה און פון חסידות.
אויך האט דער חיד"א דערין געלייגט אסאך תפלות און בקשות.
דער חיד"א שרייבט דערויף: איך האב געשריבן דערין וויאזוי זיך פירן, בלויז אביסעל און ווייניג, ווייל פארן המון עם דארף מען נישט שרייבן אסאך און באריכות, און אויב וועלן זיי זיך שטארקן אין יראת ה' וועלן זיי ממילא לויפען זיכער נאך ספרים. און אויך ווייל אסאך מנהגים איז שוין באקאנט.(יוסף אומץ סי' כ"ג)
דאס ספר איז זייער באקאנט און מפורסם, עס איז אסאך מאל געווארן געדרוקט, אויך אין אנדערע שפראכן אין אראביש און שפאניש. (צארבא ה'ת"ש)
לדוד אמת
לדוד אמת איז געדרוקט צום ערשט אין יאר ה'תקמ"ו,
עס איז אויף די הלכות פון קריאת התורה, וויאזוי מען ליינעט אין דער תורה מאנטאג און דאנערשטאג, און שבת.
עס איז געבויט אויפן ספר אמת ליעקב פון הגאון רבי ישראל יעקב אלגאזי וואס איז געווען געדרוקט אין יאר ה'תקכ"ד אין קושטא. דער חיד"א האט דערויף צוגעלייגט און מסביר געווען לויט זיינע פסקים פון זיינע אנדערע ספרים.
דער חיד"א שרייבט אז ער האט עס געדרוקט אין א פארמאט פון א קליין ספר, כדי מען זאל עס קענען האלטן נעבן זיך אין בית המדרש, און ווען מען וועט האבן א שאלה זאל מען גלייך קענען דערין קוקן און וויסן וואס צו טון.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!