רבי יעקב קאפיל חסיד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב קאָפל חסיד (? - ט"ו אלול ה'תקמ"ז) איז געווען די טאטע פון רבי מנחם מענדיל האגער (קאסוב) דער אהבת שלום, וואס פון איהם איז נשתלשל געווארן די קאסובע און די וויזשניצע חסידות'ן. מפלעגט איהם רופן "דער שוויתיניק".

אפשטאם

געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נחמיה פייוול, א זון פון רבי יעקב קאפל קאמיאל פון קאלאמייע, א שוואגער מיטן תוספות יום טוב.

האט גהייערט חנה, טאכטער פון זיין פעטער רבי זלמן.

ער איז נישט געווען קיין רב, נאר געווען באקאנט אלץ א צדיק. צו זיין פרנסה האט ער גהעאט א קליין געשעפט, און ער פלעגט פארן צו די מארק.[1] מענטשען פלעגן אים רופן דער שיויתי'ניק וויבאלד ער האט כסדר געזאגט צו זיך דעם פסוק שיויתי ה' לנגדי תמיד (תהלים טז, ח), אויך ווען ער האט גהאלטען אינמיטן די האנדלן.[2] ער איז געווען א נסתר, ביז דער בעל שם טוב האט אים מגלה געווען און אים מקרב געווען צו זיין נייע דרך החסידות, און ער איז געווארן פון זיינע תלמידים.

סאיז מקובל ביי ויזשניצע חסידים אז ער איז געווען בעל תפילה ביים בעל שם טוב.[3]

און זיינע לעצטע יארן האט ער געווינט און טיסמעניץ, נסתלק געווארן און ט"ו אלול תקמ"ז און באגראבן געווארן און טיסמעניץ.

פון זיינע תורות ווערן אראפ געברענגט ביי זיין זוהנ'ס ספר "אהבת שלום".

זיין זוהן רבי מנחם מענדיל האגער איז געווארן רבי און קאסוב און אוועק געשטעלט די קאסובע און וויזשניצע שושלת. זיין טאכטער בלומא האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי אורי מסטרעליסק.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. כהנא, חיים בן יהודה מנחם, ראשון, אבן שתיה החדש ראשון, ירושלים: מעיין החסידות, ה'תשנ"ד, מערכה ראשונה, עמ' כ"ג
  2. חיים כהנא, ראשון, אבן שתיה החדש ראשון, ירושלים: מעיין החסידות, ה'תשנ"ד, מערכה ראשונה, עמ' כ"ז-כ"ח; רבי מרדכי חיים סלאנים, כתבי הרמ"ח, ערך קוסוב ויזניץ; רבי יאשע שו"ב, כתבי ר"י שו"ב, עמוד כ"ב
  3. כתר מלכות, נתו אליהו רוט, בני ברק, תשנ"ו, פרק א'