רוי:מעזשיבוזש (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מעזשביזש, אוקראינע, איז פון די ערשטע באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, ס'איז די שטאט אין וואו דער בעש"ט האט געוואוינט און וואו ער ליגט באגראבן.

דאס שטעטל איז גאר קליין עס וואונען דארט צענדליגער פויערן, עס איז ממש פיצל, אבער עס איז וואול באקאנט וויבאלד דער גרינדער פון חסידות האט דארט געוואנט, און עס האבן געשטראמט אהין אסאך חסידים אלע יאהר.


בית החיים

אינעם בית החיים פון מעזעבוזש ליגן פארשידענע אייניקלעך און תלמידים פון בעש"ט, צ.ב.ש. רבי ברוך פון מעזשביזש, רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו). אינעם בית החיים ליגן דארט אסאך תלמידים פון בעל שם טוב ווי רבי זאב וואלף קיצעס, רבי הערש סופר, רבי ישראל פאדליצקער, אויך ליגן דארט רבי ישראל דער טויטער, ברודער פון רבי נחמן מברסלב. ארום דעם בעל שם טוב. ארום דעם בעל שם טוב ליגן פארשידענע רבנים און גדולי ישראל וואס האבן משמש געווען אין רבנות אין דעם שטעטל.


ציון הבעל שם טוב

דאס פלאץ ווי דער הייליגער בעל שם טוב ליגט איז פארהייליגט ביי אלע חסידים, אמאל ווען אידן האבן געוואוינט אין אוקריינא פלעגט מען אסאך פאהרן אהין זיך אויסגיסן דאס הארץ און מתפלל זיין אין זכות פון דעם צדיק. עס שטייט אין ספר ליקוטי מוהר"ן ח"ב סי' ק"ה אז דאס פלאץ ווי דער בעל שם טוב ליגט איז אזוי הייליג ווי די הייליקייט פון ארץ ישראל, און עס איז א תיקון הברית פאר די עוונות צו זיין דארט. דער צדיק רבי נחמן מברסלב א אייניקל פון בעל שם טוב האט זיך אסאך משתטח געווען אויף דעם פלאץ און פון דארט משיג געווען גערויסע השגות.

דער גאנצער בית החיים אין מעזביזש איז נאך ארגינאל, עס איז א פעלד מיט פילע אלטע מצבות פון הונדערטער יאהרן, עס איז כמעט נישט געווארן געטשעפט אין די אלע יאהרן. עס איז באוואקסן מיט גראז און גרויסע ביימער.

ביז יאר ה'תשל"ו איז אויף דעם פלאץ פון דעם ציון נישט געווען נאר בלויז א סימן אז דארט ליגט דער בעל שם טוב, עס איז דארט אפילו נישט געווען קיין מצבה, אין יאהר ה'תשל"ו האט מען מורא געהאט אז די קאמוניסטען וועלן זיך פארלייגן אפווישן דאס פלאץ, דעריבער האט הרב משה ביק פון ניו יארק זיך אריין געלייגט אין דעם, רבי משה זייענדיג רב אין מעזשעבוז פון דער אלטער היים, און זיינע עלטערין זענען געווען דורות דארט רב, האט געפילט פאר חוב דארט צו לייגן א מצבה און אנצייכענען דאס פלאץ ווי דער בעל שם טוב ליגט.

שפעטער האט מען געלייגט דארט א שטארקע מצבה, און ביז לעצטעס האט מען איבערגעארבייט דאס בית החיים מיט א גרויסע גדר ארום, מיט א ליכטיגע גרויסער אוהל, און נעבן דאס בית החיים א שיין ריזיג בית המדרש, א עס זאל, א ווארימע מקוה.ֿ

דאס אלעס האט געבויט דער באקאנטער עסקן און גרויסע טועהן אין אוקריינא הרב ר' ישראל מאיר גבאי שליט"א.

אין די לעצטע יאהרן האט ר' ישראל מאיר גבאי איבערגעמאכט דאס ווינקעל ארום דעם בית החיים פון מזעבוזש ממש נישט צום דערקענען, דאס אוהל און דאס גאנצע בית החיים איז איבערגבויט ממש ניי, דאס בית המדרש און הכנסת אורחים אויפן פלאץ איבערגעארבייט, אויך ארום דאס בית המדרש איז דא לערך 5 — 6 ריזיגער הייזער מיט שטיבעלאך ווי מען קען איינשטיין איינער וואס קומט אהין, און עס איז אייביג דא א ווארימער טרינק, עפעס צו עסן, א ווארימער מקוה א. ד. ג. אויפן פלאץ.

אויך האט ער געטראפען דאס קליינער בית המדרש פונעם בעל שם טוב, אינמיטן שטעטל, דאס פלאץ און הויז איז נאך געשטאנען פון אמאל, ער האט עס אינגאנצען איבערגעבויט ארגינאל ווי עס איז אמאל געוון.


זעט אויך

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!