רוי:וואדים אקאפיאן

פון המכלול
ווערסיע פון 11:14, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

וואדים אקאפיאן

וואַדים אַקאָפּיאַן (רוסיש: Вадим Акопян‏; געב. דעם 23טן יאַנואַר, קאלינינגראד) – דירעקטאָר פונעם מוזעאום פאַר געשיכטע און קולטור פון ייִדן אין ווייסרוסלאַנד (2012 – 2019), פאָרזיצער פון דער ווייסרוסלענדישער געזעלשאַפטליכער פאַראייניקוג "דער רעפּובליקאַער פאָנד 'האָלאָקאָסט'" (2012 – 2019), שטעלפאַרטרעטער פון פאָרזיצער פונעם פאַרבאַנד פון ווייסרוסלענדישע ייִדישע געגעלשאַפטליכע פאַראייניגונגען און קהילות (2016 – 2021).

לעבנס־געשיכטע

וואַדים אַקאָפּיאַן איז געבוירן געוואָרן אין קאלינינגראד אין 1963. דער פאָטער – ניקאָליי אַקאָפּיאַן, אַ שאָפער, די מוטער פאַיִנע אַקאָפּיאַן (קליגער), אַ בוכהאַלטערין. אין 1964 האָט די משפּחה זיך איבערגעצויגן קיין וויטעבסק. אין 1985 האָט ער פאַרענדיקט דעם כימישן פאַקולטעט פונעם ווייסרוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט. נאָך דעם געאַרבעט אין מינסק אויף אונטערנעמונגען פון עלעקטראָנישער אינדוסטריע. אין 2016 באַקומען אויך די באַקאַלאַווער־מדרגה אויפן היסטאָרישן פאַקולטעט פונעם ישׂראלדיקן אָפענעם אוניווערסיטעט.

זינט 2012 ביז 2019 האָט ער פאַרנומען דעם פּאָסטן פון דירעקטאָר פונעם מוזעאום פאַר געשיכטע און קולטור פון ייִדן אין ווייסרוסלאַנד[1][2][3][4][5]. אינעם זעלבן פּעריאָד איז ער געווען דער פאָרזיצער פון דער געזעלשאַפטליכער פאַראייניגונג "דער רעפּובליקאַנער פאָנד 'האָלאָקאָסט'"[6][7][8].

זינט 2016 ביז 2021 געווען אַ שטעלפאַרטרעטער פונעם פאָרזיצער פון דעם פארבאַנד פון ווייסרוסלעדישע ייִדישע געזעלשאַפטליכע פאַראייניגונגען און קהילות[9][10].

זינט 2014 ביז יעצט – שטעלפאַרטרעטער פון פאָרזיצער פונעם מעמאָריאַלן קאָמיטעט אויף צו באַהיטן דעם אָנדענק וועגן די חורבן־קרבנות אין דער רעפּובליק ווייסרוסלאַנד[11].

פארהייראַט, האָט צוויי קינדער.

באַלוינונגען

  • דער צייכן פון צק פון אַלקיוף "אַ יונגער גוואַרדייער פונעם 11טן פינפיאָר" פון דער ערשטער מדרגה (1983)[12];
  • אַ דאנקבאַרקייט־בריוו פון פאַרפולמעכטיקטן איבער ענינים פון רעליגיעס און נאַציאָנאַליטעטן ביים מינסטערן־ראַט פון ווייסרוסלאַד (2014).

אויסגאבעס

רעפערענצן

  1. Музеи Беларуси. Музей истории и культуры евреев Беларуси
  2. Шидловская С. Музей истории и культуры евреев Беларуси в канун черной даты — 70-летия со дня уничтожения Минского гетто
  3. 22 июня: итоги Форума «Друзей Городка»
  4. На улице Клары Цеткин в Минске нашли надгробные камни Советская Белоруссия № 232 (24613), 5 декабря 2014
  5. Бордовская И. Почему в центре Минска под открытым небом лежат могильные плиты?, Комсомольская правда, 8/10/2015
  6. Галіна Абакунчык. Мэмарыял у Трасьцянцы: грошы ёсьць, справы — няма
  7. Что сделают с еврейскими могильными плитами, найденными при стройке в Минске
  8. Жабинский А. В. Осмысление феномена Холокоста в белорусской культуре, стр. 395
  9. Белорусский фонд мира. Научно-практическая конференция
  10. Праздник города Копыля. Увековечили память Менделе Мойхер-Сфорима
  11. Фонд имени Саймона Марка Лазаруса по сохранению памяти о жертвах Холокоста в Республике Беларусь
  12. Национальный архив Республики Карелия, фонд П-779, опись 68, дело 33, страницы 42, 48-49

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!