רוי:הארון אל-ראשיד
האַרון אַל-ראַשיד (אַראַביש: هارون الرشيد האַרון אַר-ראַשיד טייטש: אהרן דער רעכטפארטיקער;) 17טן מערץ 763 - 24סטן מערץ 809) איז געווען דער פינפטער אראבער אבאסידער כאליף. ער האט געהערשט פון 786 ביז 809, און אין זיין צייט האבן וויסנשאפט, קולטור און רעליגיע געבליעט, ווי אויך קונסט און מוזיק. ער האט געגרינדעט די לעגענדארישע "בית החכמה" ביבליאטעק.
הארון איז געווען א זון פונעם דריטן כאליף, אל-מאהדי.
די אדמיניסטראציע אין זיין צייט איז געפירט געווארן דורך דער בארמאכיד פאמיליע. הארונס מוטער, אל־כייזוראן, האט געהאט א גרויסע השפעה אויף אים.
לעבנס געשיכטע
יוגנט
האַרון איז געבאָרן געוואָרן אין ריי – צו יענער צײַט אַ טייל פון דזשיבאַל אין דעם אַבאַסישער כאַליפאַט, הײַנט צוטאָגס אין דעם טעהעראַן קרײַז פון איראַן. ער איז געווען אַ זון פון דער דריטער אַבאַסישער כאַליף אַל־מאַהדי (געהערשט 775 - 786), און אַל־כײַזוראַן, אַ געוועזענע שקלאַפערין פון תימן. זײַן מוטער איז געווען אַ פרוי מיט אַ שטאַרקן כאַראַקטער, וואָס האָט שטאַרק געווירקט אויף דער מלוכה איר מאַן און אירע זין.