רוי:דזשערבא

פון המכלול
ווערסיע פון 11:44, 22 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אינדזל" ב־"אינזל")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

האי ג'רבא אין טייטל
חוף פון דרום ג'רבה
האי דזשערבא

דזשערבאַ (אראביש: جربة) איז אן אינזל אינעם מיטלענדישן ים לעבן דעם בארטן פון צפון אפריקע, וואס געהערט צו טוניסיע. ער געפינט זיך אין גאבס איינגאס, אין דרום טייל פון לאנד. דזשערבא איז 26 ק"מ פון מזרח צו מערב או 27 ק"מ פון צפון ביז דרום, מיט א שטח פון 510 קמ"ר. אינעם אינזל וואוינען בערך 130,000 מענטשן (געשאצט 2006).

קלימאט און פלארע

דער וועטער אינעם אינזעל איז באקוועם. די דורכשניט טעמפעראטור אין זומער איז 25 גראד צעלזיוס, און אין ווינטער 15 גראד. די הויפט געוויקסן זענען ווייץ, גערשטן, וויינשטאקן, פייגן, מילגרוימען, איילבירטן, און טייטלען.

אידן אין דזשערבא

די אידישע קהילה פון דזשערבא איז איינע פון די אוראלטע קהילות אין דער וועלט. לויט דער לאקאלער טראדיציע זענען אידן כהנים אנגעקומען אין אינזל שוין אין די טעג פון שלמה המלך צוזאמען מיט פעניקישע מאטראזן און נאכן ערשטן חורבן, דערפאר ווערט דזשערבא גערופן די כהנים שטאָט.


די אידן פון דזשערבא האלטן זייער טראדיצאנעלער קולטור און זענען פעסט אין היטן תורה און מצוות. דזשערבא האט עטליכע צוואנציג שולן און צוויי ישיבות, אור תורה און רבי אברהם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!