רוי:חיים טאפאל

פון המכלול
ווערסיע פון 15:03, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "כיקע" ב־"כיגע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חיים טאָפּאָל אין 1969

חיים טאָפּאָל (געבוירן דעם 9טן נאוועמבער 1935 אין תל אביב) איז אן מדינת ישראל'דיגער טעאטער, פילם און געווען א שטימע אקטיאר. ער איז איינער פון די מערסטע באוואוסטע אקטיארן אין ישראל און איבער דער וועלט.

זיין פאטער יעקב טאפאל איז געווען פונדערהיים א אלכסנדרער חסיד, און זיין מוטער א שומר מסורת. אין זיין יוגנט האט ער געארבעט אין א דרוקעריי, אין ארמיי איז ער געווען אין די נח"ל קאפעליע, וואו ער האט געטראפן אורי זוהר, און זיין צוקונפטיקן ווייב גליה, אין די נח"ל האט ער געשפילט סאלח שבתי, פון אפרים קישון, שפעטער ווען ער האט געמאכט דעם פילם מיטן זעלבן נאמען, איז חיים געווען סטאר, ער האט באקומען דערפאר די גאלד גלאבוס, פארן בעסטע אקטיאר פון יאר.

טופולס קאריערע איז געקומען צו א הויכפונקט, ווען ער איז געקומען שפילן די ראלע פון טעוויע דער מילכיגער, געשריבן דורך שלום עליכם, אין דער פילם "פידלער אויפן דאך", אין לאנדאן. לאנגע יארן האט ער געשפילט אלס טעוויע, אין טעאטערס אין בראדוויי און לאנדאן. אלס א שטימע אקטיאר איז ער באקאנט געווען פאר זיינע ראלעס אלס באַגיראַ אין די העברעאישע ווערסיעס פון "דאָס בוך פון דזשאַנגל" און "דאָס בוך פון דזשאַנגל 2", און אלס רובעוס האַגריד אין "האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין" און "האַרי פּאָטער און דאָס קאַמער פון סודות".

שפעטער האט ער געשפילט אין אנדערע פילמען אויך, אויף BBC, און נאך אנדערע זאכן.

ער האט באקומען אין יאר 2008, אויסצייכענונג פון ישראל פעסטיוואל, פאר זיינע אויפטוען אין ישראל קולטור, פון לידער אין פילמען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!