רוי:הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג

פון המכלול
ווערסיע פון 16:01, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג
געבורט כ"ח כסלו ה'תרמ"ט (יארגאנג: 135)

הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג (כ"ח כסלו ה'תרמ"ט - י"ט תמוז ה'תשי"ט) איז געווען דער ערשטער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווארן רב אין יאר 1936, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז צו זיין נפטר ווערן, אין יאר 1959.

לעבנסגעשיכטע

געבוירן אין לאמזשע, פוילן, כ"ח כסלו תרמ"ט 3טן דעצעמבער 1888 צו זיין פאטער, הרב יואל לייב הערצאג. אין יאר תרנ"ז האט זיין פאטער באקומען א רבנות שטעלע אין לידז, ענגלאנד, און די משפחה האט זיך דארט געצויגן. אין יאר תר"ע האט יצחק אייזיק באקומען היתר הוראה. אין יאר תר"ע איז זיין פאטער באשטימט געווארן הויפט-רב פון פאריז, פראנקרייך.

אויך האט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט אין לאנדאן און פאריז, מאטעמאטיק, סעמיטישע שפראכן, און קלאסישע שפראכן.

פון 1915 ביז 1936, האט ער געדינט אלס הויפט רב פון אירלאנד, דערנאך האט ער געמאכט עליה קיין ארץ ישראל, און נאך דער פטירה פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אלס הויפט רב.

אין די צייטן פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער געטון אסאך השתדלות, צווישן די אמעריקאנער און בריטישע אינסטאנצן, ארויסצוהעלפן די יידן אין אייראפע, אבער אן דערפאלג. נאכן קריג האט ער אין א לאנגע רייזע אין אייראפע, אסאך ארויסגעהאלפן די שארית הפליטה.

הרב הערצאג האט איניציאירט דאס בויען פון היכל שלמה פאר דעם הויפט ראבינאט.

משפחה

אין 1917, האט ער געהייראט זיין ווייב שרה, טאכטער פון הרב שמואל יצחק הילמאן, דיין אין גלאזגוי און לאנדאן, און געהאט מיט איר צוויי קינדער, חיים הערצאג וועלכע איז געווען ישראלס זעקסטער פרעזידענט, און יעקב הערצאג א פאליטיקער, און ישראלס אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער. זיין אייניקל איז יצחק הערצאג, וואס הייסט נאך אים, און איז א ישראל פאליטיקער.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!