רוי:חכמת הנפש (קדמון)

פון המכלול
ווערסיע פון 18:17, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט חכמת הנפש (קדמון) צו רוי:חכמת הנפש (קדמון) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Chachmas.jpg
דער שער בלאט פון ספר חכמת הנפש, ערשטע אויסגאבע

חכמת הנפש איז א חקירה ספר געשריבן געווארן דורך איינעם פון די קדמונים, מיט הגהות פון רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון ספר דער בני יששכר

דער מחבר

ס'איז נישט באקאנט ווער ס'האט געשריבן דעם ספר, דער כתב יד פון דעם ספר איז געלעגן ביים בני יששכר, און ער האט עס איבערגעארבעט און סארטירט און אנגעהויבן צו שרייבן אויף דעם א פירוש. דער לעמבערגער רב שרייבט אין זיין הסכמה אז דער בני יששכר האט ארויסגעוויזען א געוואלדיגע ליבשאפט צו די כתבים, און ער האט זיי שטענדיג גענומען מיט זיך, ווי ער איז געפארן.

אויף דעם שער בלאט פון דער צפת'ער אויסגאבע איז געדרוקט המיוחס לרבנו אליעזר הרוקח ז"ל מבעלי התוספות, רבי חיים סתהון דער רב אין צפת פון די ספרדים, שרייבט אין זיין הסכמה, אז לויט די נעמען וואס ווערט געברענגט אין ספר, איז ווארשיינדליך דער מחבר רבי אליעזר הרוקח פון גערמייזא.

רבי פנחס אברהם שעהנפעלד רב אין קורימא, אונגארן, אן אייניקל פון בני יששכר, שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט א נאמען געגעבען זיי זיידן'ס פירוש נחל אמונים.

אינהאלט

אין דעם ספר וועלכער איז איינגעטיילט אין ניינציג סימנים, טוהט דער מחבר ארויסברענגען באגלייט מיט קבלה, דעם ענין פון נפש רוח ונשמה אין זייערע אויפגאבען.

אויסגאבעס

  • לעמבערג תרל"ו, ארויסגעגעבן דורך רבי אברהם ניסן זיס.
  • צפת ה'תרע"ג.

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר חכמת הנפש פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אנדערע אויסגאבעס.

הסכמות

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים

מוסטער:ספרי בית דינאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!