רוי:זעלדע

פון המכלול
ווערסיע פון 18:09, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט זעלדע צו רוי:זעלדע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שיינע זעלדע שניאורסאָן-מישקאָווסקי (כ"ו ניסן תרע"דכ"ח ניסן תשמ"ד), באַקאַנט מיטן נאָמען זעלדע, איז געווען אַ ישראלישע חרדישע דיכטערין.

לעבנס געשיכטע

פריסטע יאָרן

געבאָרן אין קאַטערינאָסלאַוו (היינט דניפּראָ אָדער דניעפּרפּעטראָווסק) אוקריינע, צו אַ חסידישער משפחה. איר מוטער רחל איז געווען אַ טאָכטער פון ר' דוד צבי חן (דער רד"ץ), אַ חשובער ליובאַוויטשער רב פון דער באַוואוסטער חן פאַמיליע. איר פאָטער ר' שלום שלמה, איז געווען אַ זון פון ר' ברוך שניאור שניאורסאָן, און אַ ברודער פון ר' לוי יצחק שניאורסאָן – דער פאָטער פון דעם ליובאַוויטשער רבין.

איר פאָטער ר' שלום שלמה און איר זיידע דער רד"ץ – וועלכע זענען ביידע אַוועק אין איר יוגנט – האָבן געהאַט אַ טיפן גייסטיקן איינדרוק אויף איר. אַזוי ווי זי איז געווען אַ בת‏־יחידה, האָט זי געזאָגט דעם קדיש נאָך איר טאַטן. זעלדע האָט זיך אויפגעהאָדוועט אין אַ חב"דישער היים, און איז שטענדיק געשטאַנען אין קאָנטאַק מיט איר שוועסטערקינד – דער ליובאַוויטשער רבי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!