רוי:רבי אברהם צבי קאמאי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב אברהם הירש קאמאי
טעטיקייט ארט מיר
באשעפטיגונג ראש ישיבה

הרב אברהם צבי (הירש) קאמאַי (ה'תר"ך, 1860 - י"ט חשון תש"ב, 9טן נאוועמבער 1941) איז געווען דער מירער שטאטס־רב און ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה. ער איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע צוזאמען מיט  זיין קהילה.

ביאגראפיע

אברהם צבי קאמאי איז געבוירן געוואר אין ה'תר"ך (1860) אין דער שטאט שקאד, ליטא, צו זיין פאטער הרב אליהו ברוך קמאי, שפעטער ראש ישיבה אין מיר און שטאטס־רב פון מיר, און צו זיין ווייב רבקה יענטא טאכטער פון הרב חיים זאב יפה, שקאדער רב.

ער האט געהייראט שרה ביילא טאכטער פון הרב מינץ פון קיידאן. דארט האט געלערנט אויף קעסט ביי זיין שווער, און האט נישט געוואלט הערן וועגן א רבנות שטעלע. ווען זיין שווער איז נפטר געווארן און ער געדארפט פרנסה פאר זיין שטוב האט ער געעפנט אן אפאטייק וואס זיין ווייב האט געפירט; ער אליין פלעג אויך אריינקומען דארט צוצוגרייטן מעדיצינען ווייל ער איז טאקע געווען א באהאוונטער אפטייקער.

ווען דער קיידאנער רב איז נפטר געווארן אין תרע"א (1911), האבן די קהילה פירער געוואנדן צו ר' אברהם צבי צו ווערן רב. ער האט נישט געוואלט אויפנעמען דעם אמט מיט דער טענה אז ער איז א פשוטער אפטייקער, אבער ענדליך האט ער מסכים געווען, אבער מיטן תנאי אז זיין געהאלט וועט זיין נאר פון זיין אפאטייק און נישט פון דער קאסע פון דער קהילה.< ווען די ערשטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער געדארפט אנטלויפן קיין באראדיאנסק אין אוקראינע.

איין טאג אין 1915 האט ער פלוצלונג געזאגט אז ער דארף פארן קיין מינסק. ווען ער איז אנגעקומען אין מינסק האט ער געטראפן זיין פאטער א גוסס.

ביי דער לווייה, וואו א סך גדולי ישראל האבן מיטגעטיילט זייענדיק אין מינסק צוליב דער מלחמה, האט דער מינסקער רב, הרב אליעזר ראבינאוויטש, אויסגערופן אז הרב אברהם הירש איז באשטימט רב און ראש ישיבה אין מיר אלס ממלא מקום פון זיין פאטער.

ער איז גלייך געפארן אין דער מיר און געבליבן צעשיידט פון זיין משפחה ביז נאך דער מלחמה.

משפחה

הרב קאמאי האט געהאט דריי טעכטער:

  • טויבא ווייב פון הרב שמעון לעווין
  • מרים ווייב פון הרב חיים יצחק יהודה קאפלאן
  • חנה דינה ווייב פון הרב דב בער סאקאלאווסקי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!