רוי:וואלקן
אין מעטעאראלאגיע איז א וואלקן א זעבארע מאסע פון צאמגעשמאלצענע טראפן (פליסיגקייט)אדער פארפרוירענע קריסטאלן פון וואסער אדער אנדערע כעמיקאלן וואס הענגען אין דער אטמאספער איבער דער אייבערפלאך פון דער ערד אדער אן אנדער פלאנעטארישן קערפער. וואלקנס אין דער ערדס אמטאספער שטודירט מען אינעם וואלקן פיזיק אפטייל פון מעטעאראלאגיע.
ווען א וואלקן ווערט אפגעקילט אדער צוליב אן אנדער סיבה ווערט דער וואלקן אפגעזעצט הייבט עס אן פאלן צו דער ערד ווי רעגן, שניי אדער האגל.
וואסער אויף דער ערד אדער א פלאנעט וועפט זיך און ווערט אן אומזעבארער גאז וואס הייבט זיך אין דער אטמאספער. העכער איז די לופט קילער און דער גאז קאנדענסירט פון א גאז צו טראפנס וואסער אדער אייז קריסטאלן. אט די טראפנס זעט מען ווי א וואלקן.
ווארעמע לופט האלט מער וואסער ווי קילע לופט. דעריבער, ווען ווארעמע לופט ווערט אפגעקילט, ווערט געשאפן א וואלקן פונעם אפגעזעצטן וואסער וועפעכץ.
א קובישער מעטער פון א וואלקן האלט נאר 5 גראם וואסער, אבער א וואלקן קען זיין אזוי גרויס צו האלטן א מאסע פון עטליכע מיליאן טאן.
צוליב פארפעסטיקונג אין דער לופט, זעט מען וואלקנס מיט פארשידענע פארבן בשעת דער זונאויפגאנג און דער שקיעה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!