רוי:ווארשע
|
וואַרשע (פּויליש: Warszawa) איז די הויפּטשטאָט פון פּוילן. זיין באַפעלקערונג איז 1,697,596 (אין יאָר 2005). אידן האָבן געוואוינט אין וואַרשע זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, דאָס רוב וואַרשעווער אידן האָבן דעמאָלט גערעדט ייִדיש. ביים חורבן האבן די נאַציס אויפגעשטעלט אין וואַרשע די גרעסטע געטאָ מיט 450,000 מענטשן (זעט מער: וואַרשעווער געטאָ).
היסטאריע
ווארשע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 9טן יארהונדערט, און איז געווארן א שטאט אינעם 13טן יארהונדערט.
נאך דער פאראייניגונג פון פוילן מיט ליטע, האט מען געקליבן ווארשע, וואס געפינט זיך צווישן דער אלטער פוילישער הויפטשטאט קראקע און דער ליטווישער הויפטשטאט ווילנע, פאר דער הויפטשטאט פון דער נייער קאמאנוועלט. אין 1596 האט דער מלך זיגמונט דער דריטער אריבערגעפירט די הויפטשטאט פונעם מלך פון פוילן פון קראקע צו ווארשע.
אין יענער צייט האט ווארשע געהאט 14,000 איינוואוינער, אין דער אלטשטאט זענען געווען 169 הייזער, אין דער ניישטאט 204 הייזער, און נאך 320 הייזער אין די פארשטעט.
טראנספארט
די הויפט באן סטאנציע איז ווארשע צענטראל באן סטאנציע וואס באדינט סיי אינלענדישע פארקער צו אלע וויכטיגע שטעט אין פוילן און סיי אינטערנאציאנאלע צילן. ס'זענען פאראן נאך פינעף וויכטיגע באן סטאנציעס אין ווארשע.
די וואַרשעווער קהילה
אין תרט"ו האט מען אויפגענומען הרב דוב בער מייזלס אב"ד פון ווארשע; ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז זיין פטירה אין תר"ל.
וואַרשע פאַרמאָגט רייכע און אַלטע ייִדישע געשיכטע. דווקא דאָ, פאַרן חורבן, האָבן זיך באַזעצט אַ סך חסידישע רביס - דער מאָדזשיצער, דער וואַָרקער, דער ראַדאָמסקער, דער נאָוואָמינסקער ליגן אויפן אָרטיקן בית־עולם אויף דער גענשער גאס (געגרינדעט אין 1806 יאָר). פון 1936 ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, האָט די ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא געפלעגט צוזאַמען קומען אין ווארשע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דער אַנדערער בית־עולם, אויף זייט ווייסל, חרוב געוואָרן, ווי אויך אַרום 400 שולן און בתּי־מדרשים. די איינציקע, וואָס שטייט ביז היינט, איז די שול אויפן נאָמען פון זלמן און רבקה נאָזשיק - וואוּ געפינט זיך יעצט די וואַרשעווער קהילה.
געגרינדעט אינעם יאָר 1997, די קהילה איז א טייל פון דעם ועד הקהילות היהודיות בפולין. די קהילה איז ווייט ניט אַזוי גרויס ווי אַמאָל - 300 טויזנט פאַר דער מלחמה און 500 נפשות יעצט - אָבער זי האַלט ביי אויפבויען אַ ייִדיש לעבן. אין אַ געוויסן זין איז וואַרשע - מיט כּלעריי טעטיקייטן, פון קינדערגאָרטן ביז אַ מקוה און חברה קדישא - אַ מוסטער פון ייִדישן אויפלעב אין מזרח־אייראָפּע.
לויט די לעצטע שאַצונגען עס וואוינט אין פּוילן אַן ערך 1200 אידן, אָבער אין די ייִדישע קרייזן רעדט מען פון 30 טויזנט מענטשן פון ייִדישן אָפּשטאַם. אַ סך פון זיי זענען אַזוי אָדער אַנדערש פאַרטאָן אין עפנטלעכע אַקטיוויטעטן פון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ס'איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מיטגלידער פון חברה קדישא, מענער און פרויען, זענען דערעיקרשט יונגע מענטשן.
די אויפגאַבע פון דער ק"ק וואַרשע באַשטייט אין העלפן די לעבן־געבליבענע פון חורבן ווי אויך ייִנגערע אין פירן אַ ייִדיש לעבן. אַן אַנדער געביט פון טעטיקייט האָט צו טאָן מיט גרונט־אייגענטום, וואָס די ייִדישע קהילה האָט באקומען פון דער מלוכה אויפן סמך פון דעם רעסטיטוציע־געזעץ. אַזוי אַרום איז דער וואַרשעווער קהילה צוריקגעגעבן געוואָרן די ישיבת חכמי לובלין און די שול אין קאזמיר - אַ שטעטל באַרימט פון רבי יחזקאל קאָזמירער.
אין דער לובלינער ישיבה געפינט זיך אַן אָפּטייל פון דער קהילה. דאָרטן קען מען אויך באַקוקן אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פון דער ישיבה און איר גרינדער, דער וועלט־באַרימטער רב יהודה מאיר שפירא.
די קהילה האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן עטליכע פּובליקאַציעס געווידמעט דער געשיכטע פון די אידן אין וואַרשע, צוו. אנד. "דאָס געדענקען. מאָנומענטס ייִדישע אין וואַרשע", ווי אויך "סידור של ילדים" - אילוסטרירטער סידור עברי־פּויליש, און "שערי תשבה" - סידור של יום חול און שבת מיט פּוילישער איבערזעצונג. דער בולעטין פון ק"ק וואַרשע דערשיינט אַיעדע צוויי חדשים.
וועבלינקען
- די וואַרשעווער קהילה (פּויליש)
- ווידעא פון דער אידישער ווארשע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה
- ווארשאווער אויפשטאנד 1944
- אפיציעלע וועב ארט פון ווארשע
- ווידיא פון ווארשע
- פלעצער אין ווארשע
- אפיציעל טוריסטן וועבזייטל פון ווארשע
- Sightseeings in Warsaw
- Warsaw Life - Travel Guide and Events
- Warsaw's entry at Wikivoyage
- Appartements in the Old Town
- Interactive city map
- Warszawa.pl (Polish)
- Wirtualna Warszawa (Polish)
- Panorama of the city center
- הימל־ליניע פון ווארשע
- Skyscrapers Diagram of Warsaw
- מאדערנער ארכיטעקטור אין ווארשע
- Socrealistic architecture in Warsaw
- Interactive guidebook to Warsaw prior to 1944 (Polish)
- A fantastic website completetly devoted to highlighting what buildings survived WW2
- Old Warsaw postcards - before and after photos
- Map and pictures of Warsaw forts (Polish)
- היסטארישע בילדער פון ווארשע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!