רוי:על דזשאלסאן

פון המכלול
ווערסיע פון 18:46, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבוירן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מיי 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָוונער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטווישער רעפּובליק); נפר געוואָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן פראַנציסקאָ, פאַראייניקטע שטאַטן.

ער איז געווען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר פון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זיין שעפערישע קאַריערע האָט געדויערט פון 1911 ביז 1950. מען פלעגט אים אָנרופן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, וואָס איז געוואָרן אַ פאַרוויילונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פאַרוויילער אין דער וועלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן פולמעטראַזשיקן קלאַנגען-פילם "דער דזשעז-זינגער".

די אַפישע פון דעם פילם "דער דזשעז-זינגער"

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!