רוי:Windows Calendar
Windows Calendar (װינדאָס־קאַלענדאַר) איז אַ קאַלענדאַר אפליקאציע איינגעבויט אין Windows Vista. די װינדאָס־קאַלענדאַר איז תּומך א iCalendar טעקע־מוסטער, און האָט די מעגלעכקייט צו פּובליקירן די קאלענדאר פונקציעס צו דער נעץ מיט נוצן HTTP אדער WebDAV. אויך קען מען זיי פובליקירן אין אַ לאָקאַלער נעצװערק.
די Windows Calendar איז ענדלעך צו דעם Microsoft Outlook קאלענדאר, אויסער דעם װאָס מען קען פּובליקירן די קאלענדאר פונקציעס צו דער נעץ און עס קומט איינגעבויט מיט דער Windows, מען דאַרף עס ניט קויפן באַזונדער מיט דער Microsoft Office.
אין Windows 7 קומט דער קאַלענדאַר װי אַ טייל פון דער Windows Live און עס קומט ניט מער װי אַ טייל פון דער Windows אָפּערירן סיסטעם.
Windows Calendar פונקציעס
- צייגן דעם קאַלענדאַר װי אַ טעגלעכער, װאָכיקער און מאנאטלעכער מוסטער.
- באַשטימען אויפגאַבעס לויט דעם באַנוצערס פּריאָריטעט.
- אָנקלעפּן צעטלעך מיט קורצע באַמערקונגען.
- שיקן פאַרבעטונגען צו אַ בליצפּאָסט.
- שאַפן עטלעכע קאַלענדאַרן פאַר יעדער איינציגער באַנוצער.
- מעגלעכקייט צו פּובליקירן די Windows Calendar פונקציעס צו דער אינטערנעץ אדער צו א לאָקאַלער נעצװערק.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!