רוי:רבי אהרן האלבערשטאם (ביאלא)

פון המכלול
ווערסיע פון 13:00, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}, , ← ,)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אהרן האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ה - כ"ו סיון ה'תש"ב) רב אין ביאלא-ביליץ.

אפשטאם

רבי אהרן איז געבוירן אין צאנז אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר הלוי ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.

רבנות

פון קליינעהייט האט רבי אהרן געדארשט צו לערנען, ער איז געווען דאס ליבלינגס קינד פון זיין עלטער זיידן דער צאנזער רב וועלכער פלעגט אים שטענדיג פארהערן. דער צאנזער רב האט געזאגט פאר זיין פאטער דער קשאנאווער רב, דיין אייניקל האט א נשמה פון איינעם פון די גדולים פון פאר דריי הונדערט יאר. אין עלטער פון דרייצען יאר האט רבי אהרן געענדיגט ש"ס. אין יאר ה'תרמ"ט איז ער געווארן רב אין ביאלא נעבען ביליץ.

הסתלקות

רבי אהרן איז אומגעקומן אויף קידוש השם כ"ו סיון ה'תש"ב, הי"ד.

פאמיליע

אין יאר ה'תרל"ט האט רבי אהרן געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה רחל א טאכטער פון הרב אלטער מאיר דוד הלוי ראטטענבערג, רבי פון וואלבראם, זי איז נפטר געווארן כ"ג ניסן ה'תרמ"א ביים געבורט פון איר זון:

בזיווג שני האט רבי אהרן געהייראט מרת דבורה א טאכטער פון הרב יהושע יצחק קליגער, רב אין גריידינג. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב יואל משה פינטער פון ברוקלין.
  • הרב יעקב האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת רויזא א טאכטער פון הרב שמחה, פון סאנוק.
  • מרת רויזא, די ווייב פון הרב נפתלי בינדיגער, פון פרעמישלא.
  • מרת אסתר, די ווייב פון הרב יעקב ציגלער.
  • מרת רייזל.
  • מרת גיטל, די ווייב פון הרב ישראל לעבערטוב.
  • הרב דוד האלבערשטאם, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ פון קראס.
  • הרב משולם האלבערשטאם.
  • הרב חיים האלבערשטאם
  • הבתולה חוה.

זיינע ספרים

  • מגד ארץ - פרי מגדים או"ח
  • פרי נאה - פרי מגדים יו"ד
  • מוצל מאש

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!