רוי:לאסלא סאבא

פון המכלול
ווערסיע פון 14:13, 9 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: װו ← וואו (2))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

לאַסלאָ סאַבאָ (אונגאַריש: László Szabó; ‏ 19טן מערץ 1917 - 8טן אויגוסט 1998) איז געווען אַן אונגערישער שאכשפיל גרויסמייסטער.

סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אונגערן, דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגערישע שאָך מייסטערשאַפט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין טאַטאַ (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זיין לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פון 1935. צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע אונגערישע שפּילערס. אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, אײנער פון די אונגערישע שאָך־אָבות וואָס האָט פריער אויך טרענירט די וועלט־מייסטערס מאַקס אָװע (Max Euwe) און וועראַ מענטשיק (Vera Menchik).

ביז דער צווײטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטלעכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין הײסטינגס אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. נאָך דעם אויסברוך פון דער מלחמה איז סאַבאָ אַװעקגעשיקט געוואָרן אויף צװאַנגאַרבעט, און שפּעטער איז ער געװאָרן אַ קריגס־געפאַנגענער ביי די רוסן.

נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געװען צו שפּילן שאָך און אָנטײל גענומען אין אַ סך בכּבוד'יגע אינטערנאַציאָנאַלע טורנירן. ער האָט דערגרײכט דעם פינפטן פּלאַץ אינעם טורניר פון גראָנינגען (1946), אַ גאָר שטארקער טורניר וואוּ עס האָבן געשפּילט די בעסטע שפּילערס אין דער װעלט אַזוי װי באָטוויניק, אָװע, סמיסלאָװ, ניידאָרף, באָלעסלאַװסקי און קאָטאָװ. אין דעם טורניר פון סאַלציאָבאַדען (Saltsjöbaden Interzonal) אין 1948 איז ער געווען דער צווייטער נאָך בראָנשטיינען, און אינעם זעלבן יאָר האָט ער געוואוּנען דעם ערשטן פּלאַץ אין הייסטינגס.

סאַבאָ איז געווען דער בעסטער שאָך־שפילער אין אונגערן במשך פון 20 יאָר (ביז פּאָרטיש האָט איבערגענומען דעם ערשטן פלאַץ). דעם הויכפּונקט פון זיין קאַריערע האָט ער דערגרײכט װען ער איז געווען צװישן די 12 בעסטע שפּילערס אין דער וועלט.

סאַבאָס משפּחה האָט געשאָנקען זיין שאָך־ביבליאָטעק און אַרכיװ דער פאָלקס־ביבליאָטעק פון קליװלענד (Cleveland Public Library) װאָס אַנטהאַלט די גרעסטע שאָך־זאַמלונג אין דער וועלט, 32,568 בענדער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!