רוי:באאט

פון המכלול
ווערסיע פון 20:13, 11 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יארדאניע" ב־"ירדן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די באאט פארטיי איז אן אראבישע סאציאליסטישע פארטיי, באזירט אויף נאציאנאליזם און פאן-אראביזם, זי איז א סעקולערע שטרעמונג, וואס איר ציל איז אנטי קאלאניאליזם, קעגן די מערב וועלט לענדער.

געגרינדעט אין דמשק, סיריע, אין די 1940ער יארן. דער נאמען באאט באדייט אויפלעבן, און איר מאטא איז, "אחדות (אינערהאלב דעם אראבישן פאלק), פרייהייט (פון דרויסענדיקע איינפלוס), און סאציאליזם".

די פארטיי פארמאגט פיליעס אין עטליכע אראבישע לענדער, איראק, לבנון, ירדן, תימן, און סודאן. נאך א שטרייט צווישן די סירישע פארטיי, און די איראקישע פארטיי, זענען זיי אויף מעסער שטעך. די פאלעסטינער זענען צעטיילט צווישן די איראקישע אראבישע פרייהייטס פראנט, און די סירישע אל-צאיקע וואס איז א מיטגליד אינעם פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע.

די רעגירונג אין סיריע, איז א באאטישע, פון די 1960ער יארן. כאפעז על אסאד, איז געווען א מיטגליד אין די פארטיי, ווי אויך זיין זון און נאכפאלגער, באשר על אסאד, געהערט צום באאט פארטיי.

אין איראק, זענען פארגעקומען עטליכע רעוואלוציעס, ווי צום סוף איז דער באאט ארויף געקומען צום מאכט, סאדאם כוסעין האט אנגעהערט צום באאט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!