רוי:צעציליע דינערע

פון המכלול
ווערסיע פון 16:13, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (4), וווּ ← וואוּ)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

צעציליע דינערע (לעטיש: Cecīlija Dinere;‏ 25סטן דעצעמבער 1919, קרעסלאַווע, לעטלאַנד18טן יולי, 1996, בת-ים, ישראל) איז געווען אַ לעטישע דיכטערין, פּראָזע-שרייבערן און איבערזעצערין פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

לעבנסגעשיכטע

צעציליע דינערע (דינער) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קרעסלאַווע, וואָס האָט געהאַט אַן עטניש געמישכטע באַפעלקערונג (ייִדן, לעטן, פּאָליאַקן, ווייסרוסן און רוסן). אין 1923 האָט קרעסלאַווע באַקומען דעם סטאַטוס פון שטאָט. צעציליע דינערס מאַמע-לשון איז געווען אידיש, אָבער זי האָט זיך געלערנט אין דער לעטישער גימנאַזיע פון קרעסלאַווע. די גימנאַזיע האָט זי פאַרענדיקט אין 1936. אין 1941 האָט די קומענדיקע דיכטערן פאַרענדיקן אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין דער שטאָט רעזשיצע (מזרח-לעטלאַנד). בעת דער דייטשיש-סאָוועטישער מלחמה האָט צעציליע דינערע געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי אַלס ראַדיסטקע. זי האָט דעביוטירט אין דער לעטישער ליטעראַטור אין 1943. במשך פון איר לעבן האָט צעציליע דינערע אַרויסגעגעבן אַריבער 50 ביכער, בתוכם ביכער פאַר קינדער און איבערזעצונגען פון פראַנצויזיש, דייטש און רוסיש אין לעטיש.

אין 1990 איז צעציליע דינערע עולה געווען קיין ישראל, וואוּ זי האָט פאַרבראַכט אירע לעצטע יאָרן.

משפחה

איר טאכטער איז די מאלערין לילי דינערע

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!