רוי:יהושע פערלע

פון המכלול
ווערסיע פון 14:33, 9 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: װו ← וואו (3))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יהושע פּערלע (1888, ראדעם - אָנהייב נאָװעמבער 1943 אָדער 1944, בירקענוי), איז געװען אַ פּראָדוקטיװער מחבר און איבערזעצער אױף אידיש.

לעבן און װערק

קינדער־יאָרן און יוגנט

פּערלע איז געבױרן אין 1888 אין ראָדעם אין פּױלן, אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שװעסטער. דער טאַטע איז געװען אַ פּשוטער הייהענדלער. ביז צו זיין צװעלפטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אױף רוסיש, װאָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טױט פון טעאָדאָר הערצל[1].

אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצױגן קיין װאַרשע, וואוּ געאַרבעט װי אַ חשבון־פירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהױבן צו שרייבן אונטער דער השפּעה פון י.ל.פּרץ און נח פּרילוצקי, װאָס האָט געפירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפן פּערלע אַרױסגעבן זיין ערשטע דערציילונג, װאָס ער האָט צו ערשט געשריבן אױף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אױף ייִדיש. אין יענער צייט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט װעמען ער האָט שפּעטער חתונה. זייער זון לאָלעק װערט געבױרן אין 1919[2]. פון 1908 אָן האָט פּערלע געשריבן בלױז אױף ייִדיש.

פּערלעס ליטעראַרישע שאַפונגען ביז צו דער צװײטער װעלט־מלחמה

פּערלע איז געװען אַ פּראָדוקטיװער שרייבער; ער האָט אַרױסגעגעבן דערציילונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסייען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע צייטשריפטן אין פּױלן.

אין אָנהייב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אױפן שטייגער פון שלום אַש. אין יענער תּקופה האָט ער געשריבן די דערציילונג "שבת", װאָס איז אַרױס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גײַסט" (1908). שפּעטער האָט ער פאַרעפנטלעכט דעם ראָמאַן "מירל" (1920), געװידמעט זיין פרױ שׂרהן. די פּאָעמע אין פּראָזע "אין לאַנד פון דער װײַסל" (1921) און די דערציילונגען־זאַמלונג "זינד" (1923) געהערן צו פּערלעס ליריש־ראָמאַנטישן פּעריאָד[3].

אונטער דער השפּעה פון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פון יצחק מאיר װייסענבערג האָט פּערלע ביסלעכװייז אַנטװיקלט אַ מער פּאַרזענלעכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע װערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פונעם פּױליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פון װעלכן ער אַליין געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט װי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פון דער ספערע פונעם באַנקװעזן, אַ נאָװענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָװעלע "נײַן אַ זײגער אין דער פרי" (1923), שפּעטער אַרױסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)[4].

אין 1926 האָט זיין פרױ זיך גענומען דאָס לעבן און פּערלע האָט אָנגעהױבן שרייבן אַ סך סענסאַציאָנעלע דערציילונגען (שונד־ראָמאַנען)[5] פאַר "דער מאָמענט", װאָס ער פלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אייגענעם נאָמען נאָר מיט דריי שטערנדלעך (***).

פּערלעס חשובסטע שאַפונג איז דער אױטאָביאָגראַפישער ראָמאַן "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" (1935), פאַר װעלכן ער האָט באַקומען ליטעראַרישע פּרייזן. "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז דער ערשטער טייל פון אַ טרילאָגיע. אינעם צװייטן טייל "די גילדענע פּאַװע: ראמאן אין צוויי טיילן" (1939-1937) האָט ער זיך אומדערװאַרטערהייט צוריקגעקערט צום סענסאַציאָנעלן סטיל פון שונד; פונעם דריטן טייל "גילגולים" (1939) געפינט זיך דער איינציגער עקזעמפּלאַר אין דער פּױלישער נאַציאָנאַל־ביבליאָטעק נאָר עס איז נעלם געװאָרן דער סוף[6].

די מלחמה־שריפטן[7][8]

אין אָנהייב פון דער צװייטער װעלט־מלחמה איז פּערלע מיט זיין זון און שנור אַנטלאָפן פון װאַרשע קיין לעמבערג, וואוּ עס איז געװען אַ גרעסערע גרופּע פון ייִדישע שרייבער. דאָרטן האָט ער פאַרברענגט אַ רויִקע צייט אַפילו אױב ער האָט זיך אָנגעטראָפן אױף פּראָבלעמען מיט דער סאָװעטן־מאַכט צוליב זיינע בונדיסטישע שריפטן. װען די נאַציס זענען באַפאַלן דעם ראַטן־פאַרבאַנד, איז פּערלע צוריק קיין װאַרשע, וואוּ ער האָט זיך באַטייליקט אין װאַרשעװער געטאָ אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפטשטעלערישע טעטיגקייטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זיידמאַן, יצחק קאַצענעלסאָן אד"גל. עמנואל רינגעלבלום האָט אים אַריינגעצױגן צו שרייבן פאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיװ, "עונג־שבת"[9].

אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן װאַרשע"[10], אַ טאָגבוך און אַ כראָניק װאָס שילדערט די גרױזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרױסן גירוש אין זומער פונעם זעלביקן יאָר, װען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פאַרשיקט 260000 איינוואוינער פון געטאָ קיין טרעבלינקע. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די װיכטיקסטע עדותשאַפטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"[11] איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פאַררופט זיך אױף די נומערן װאָס די איינוואוינער אין װאַרשעװער געטאָ האָבן באַדאַרפט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (װאַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געװען דער איינציג מעגליכער מיטל אױסצומיידן די באַלדיקע פאַרשיקונג. פּערלע און זיין זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַרישער זייט פון װאַרשע מיט פאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זיי געהאַט אַ לעצטע האָפענונג צו אַנטלױפן פון פּױלן (האָטעל פּאָלסקי אַפערע)[12], אָבער פאָטער און זון זענען פאַרשיקט און אומגעבראַכט געװאָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).

אַחוץ "חורבן װאַרשע", "4580" און "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס װערק ביז אױפן היינטיגן טאָג קױם געפאָרשט.

ביבליאָגראַפיע

  • אונטער דער זון, װאַרשע: ברידער לעװין עפּשטיין און שותּפים, 1920
  • אין לאַנד פון דער װייסל, װאַרשע: די צייט, 1922
  • זינד: נאָװעלן, װאַרשע: אַלט-יונג, 1923
  • נײַן אַ זײגער אין דער פרי: נאָװעלן, װילנע: קלעצקין, 1930
  • די גילדענע פּאַװע: ראָמאַן אין צװיי טיילן, טייל 1, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 (WorldCat)
  • גילגולים, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939

פוסנאָטעס

  1. Perle, Yehoshue: Everyday Jews: Scenes from a vanished life. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII
  2. Perle 2007: p. IX
  3. Perle 2007: p. X
  4. Perle 2007: footnote 9
  5. שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354
  6. Perle 2007: p. XIV & footnote 24
  7. דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114
  8. צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149
  9. Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007
  10. Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112
  11. Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454
  12. דער האָטעל פּאָלסקי אַפערע: האָטעל פּאָלסקי איז געװען אַ האָטעל אין װאַרשע, װאָס די נאַציס האָבן באַניצט װי אַן אינטערנירונגס־אָרט פאַר װאַרשעװער ייִדן. אָט די (רײַכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קױפן אױסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זײ וואָלטן געקענט פאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פון די ייִדן רופט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!