רוי:ברונא שולץ
ברונאָ שולץ (פּויליש: Bruno Schulz; דראָהאָביטש, 12טן יולי 1892 – דאָרט, 19טן נאָוועמבער 1942) איז געווען אַ פּוילישער שרײַבער און קינסטלער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.
לעבנסגעשיכטע
ברונאָ שולץ איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט דראָהאָביטש (דעמאלט – אינעם באַשטאַנד פון דער עסטרײַך-אונגאַרישער אימפּעריע, איצט – אוקראַיִנע). אין 1914 – 1915 האָט ער זיך געלערנט מאָלערײַ אין ווין. דערנאָך האָט ער געאַרבעט אין זײַן היימשטאַט אַלס מאָלערײַ-לערער אין אַ גימנאַזיע. איינצייטיק האָט ער געשריבן פּראָזע אויף דער פּוילישער שפּראַך. אַמערסטן באַוואוּסט זענען זײַנע נאָוועלעס-זאַמלונגען “Sklepy cynamonowe" ("ברוינע קרעמלעך", 1934) און Sanatorium pod Klepsydrą" ("סאַנאַטאָריִום אונטער קלעפּסידרע", 1937). אין זײַנע ליטעראַרישע טעקסטן פאַרוואַנדלט זיך דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פון אַ פּראָווינציִעל שטעטל אין אַ פאַנטאַסטישן משל וועגן גורלות פון דער וועלט. אין 1938 האָט די פּוילישע ליטעראַטור-אַקאַדעמיע געקרוינט ברונאָ שולצן מיט "גאָלדענע לאָבערן".
דעם 30טן יוני פון 1941 האָט דאָס דײַטשישע מיליטער אָקופּירט דראָהאָביטש. ברונאָ שולץ איז דערשאָסן געוואָרן דעם 19טן נאָוועמבער 1942 דורך אַ געסטאַפּאָ-מאַן אויף אַ גאַס פון דראָהאָביטשער געטאָ. אַ טייל פון ברונאָ שולצעס ליטעראַרישע ווערק און כמעט אַלע זײַנע מאָלערײַ-ווערק זענען פאַרלאָרן געגאַנגען.
לויט זײַנע ווערק זענען געמאַכט געוואָרן טעאַטער-שטעלונג, פילמען און מוזיקאַלע ווערק. אין דער שטאָט דראָהאָביטש, וואוּ ברונאָ שולץ האָט געוווינט און געאַרבעט זײַן גאַנץ לעבן עקזיסטירט אַ געווידמעטער אים ליטעראַרישער מוזעאום.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: ברונא שולץ |
- ברונאָ שולצנס דערציילונגען פונעם בוך "ברוינע קרעמלעך" (אויף פּויליש)
- די לעקציע פון דוד גראָסמאַן "מײַן באַגעגעניש מיט ברונאָ שולץ" (אויף העברעיִש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!