רוי:די רויטע פיל
"די רויטע פּיל" (ענגליש: "The Red Pill") איז אַן אַמעריקאַנישער דאָקומענטאַלער פילם וואָס איז געווען באַשאַפן אין 2016 רעזשיסירט פון קאַסי דזשיי ("Cassie Jaye"). דער פילם פאָרשט אויס די באַוועגונג פון די רעכט פון מענער בשעת דזשיי פילמירט די מנהיגים און אָנהענגער(ין)ס אין דער באַוועגונג פאַר אַ יאָר. מען האָט אָפּגעהאַלטן די פּרעמיערע פון דעם פילם "די רויטע פּיל" דעם 7טן אָקטאָבער 2016 בײַ "סינעמאַ ווילאַדזש" ("Cinema Village") אין דער שטאָט ניו-יאָרק, נאָכגעקומען פון עטלעכע אַנדערע איינמאָליקע פילמווײַזונגען איבער גאָר דער וועלט. עס איז געווען אַרויסגעגעבן אויף די־ווי־די און בלו־ריי דעם 7טן מערץ 2017, פון "גראַוויטאַס ווענטורס" ("Gravitas Ventures"). מחלוקת וועגן דעם פילם איז געווען גורם עטלעכע פּראָטעסטן און אַנולירונגען פון די פילמווײַזונגען.
"די רויטע פּיל" פאַרצייכענט די נסיעה פון דזשיי וווּ זי הייבט אָן אַלס אַ סקעפּטישע פעמיניסטקע וואָס איז חוקר־ודורש דאָס וואָס זי האַלט איז אַ שינאה־באַוועגונג. דאַן אַנטדעקט זי אַז די באַוועגונג איז אַנדערש פון וואָס זי האָט זיך געריכט און הייבט אָן צו ספקן אין אירע אייגנע דעות וועגן מין, כוח און פּריווילעגיע. דער פילם רעדט אַרום פילצאׇליקע ענינים וועגן מענער און ייִנגלעך ווי צום בײַשפּיל מענליכע אַליינמאׇרד ניוואׇען, אַרבעטאָרט טויטפאַלן און שטאַרק אײַנגעשטעלטע שטעלעס, פאַלשע פאַרגעוואַלדיקונג טענות און מיליטער־מוזדינסט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!