רוי:בריסק
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
בריסק (בעלאַרוסיש: Брэст; רוסיש: Брест; פּויליש: Brześć/nad Bugiem), פריער ברעסט אויפן בוג און בריסק דליטא איז א שטאט (באפעלקערונג 290,000 אין 2004) אין בעלארוס נישט ווײַט פונעם פוילישן גרענעץ. זי איז די הויפטשטאט פון ברעסט וואבלאסט (גובערניע). ליגנדיג אויף דער הויפט באן ליניע מאסקווע - בערלין און א צווישנלענדישער שאסיי, איז בריסק געווארן א פרינציפעלע גרענעץ פונקט זײַט דער צווייטער וועלט מלחמה אין די יארן פון די סאוועטן. היינט טוט זי פארבינדן דעם אייראפעישן פארבאנד מיטן קהל פון זעלבשטענדיקע שטאטן.
בריסק האט אמאל געהאט א שיינע יידישע קהילה. צווישן אירע רבנים איז געווען הרב חיים סאלאווייטשיק.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!