רוי:אהרן קאפשטיין
אהרן קאָפּשטיין (18טן מערץ, 1915, אָטשאַקאָוו, איצט - ניקאָלײַעווער געגנט, אוקראַיִנע – 1940 סואָיאַרווי, איצט - לענינגראַדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען אַן אוקראַיִנישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. אין דער עלטער פון 5 יאָר איז ער געבליבן אַ יתום און אויסגעוואַקסן אין אַ יתומים-הויז. דעביוטירט מיט לידער אויף אוקראַיִניש אין אָנהייב 30ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. עס האָבן אים באַמערקט באַקאַנטע אין יענער צײַט אוקראַיִנישע דיכטער, צווישן זיי אויך ייִדן - איוואַן (ישראל) קוליק און לעאָניד פּערוואָמײַסקי. אין 1933 איז דערשינען די ערשטע קאָפּשטיינס לידער-זאַמלונג «Хочемо, прагнемо, можемо» ("מיר ווילן, מיר שטרעבן, מיר קאָנען"). בײַם דיכטערס לעבן זײַנען דערשינען נאָך פיר זײַנע אוקראַיִנישע לידער-זאַמלונגען און איין בוך לידער אין איבערזעצונג אויף רוסיש. אהרן קאָפּשטיין האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיִניש לידער פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון ייִדיש.
אין 1937 – 1939 האָט אהרן קאָפּשטיין געדינט אין דער רויטער אַרמיי אויפן ווײַטן מזרח. נאָך דער דינסט האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אינעם מאָסקווער ליטעראַטור-אינסטיטוט. אין 1940 איז דער דיכטער פרײַוויליק אַוועק אויף דער סאָוועטיש-פינלענדישער מלחמה און אומגעקומען אין אַ שלאַכט.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!