רוי:רבי שמואל אביגדור תוספאה

פון המכלול
ווערסיע פון 22:51, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

דאס ספר תנא תוספאה איז א פירוש אויפן תוספתא, פון די סדרים זרעים, מועד און נשים, פארפאסט דורך רבי שמואל אביגדור, רב אין קארלין (און נאך פיער שטעט).

דער ספר איז צוטיילט אין צוויי טיילן: מנחת בכורים איז באורים לויט די גמרא בבלי און ירושלמי.

מצפה שמואל איז מראי מקומות אין ש"ס, ספרא, ספרי, רמב"ם און שו"ע.

עס איז אריינגעדרוקט אין די ווילנער ש"ס'ן, ביים סוף, אויפן זעלבן בלאט אונטערן תוספתא.

אין די באזונדערע בענדער וואס איז געדרוקט אין ווילנע ה'תקצ"ז - ה'תר"א, איז אויך דא א פירוש אויף די לינקע זייט מיטן נאמען עטור בכורים, וואס איז נישט פארהאן אין די ש"ס'ן.

לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!