רוי:קיך
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א קיך איז א צימער, אדער טייל פון א צימער, וואו מען קאכט, באקט און גרייט אן עסן.
אין יעדן הויז צי קאמירציעלע געביידע געפינט זיך איין צימער וואס איז דעזיגנירט פאר דעם ציל פון קאכן עסנווארג, און פון דעם שטאמט איר נאמען קיך.
א געווענליכע קיך איז אויסגעשטאט מיט א אויוון, קראן, פרידזשידער, און שענק אנגעפולט מיט צוגעהערן צום קאכן, ווי טעפ און געשיר.
די פארגעשריטענע קיכן פארמאגן אויך א געשיר־וואשער (א מאשין וואס וואשט אליינס די געשיר), א מיקראכוואליע אויוון, און אנדערע עלעקטראנישע געצייג.