רוי:קוילן זייערס

פון המכלול
ווערסיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קוילן־זייערס

דאס קוילן־זייערס (כעמישע פארמל: CO2) איז א כעמישע פרעפאראט פון א קוילנשטאף אטאם מיט צוויי אקסיגען אטאמען. נארמאל איז דאס א גאז אין סטאנדארט טעמפראטור און דרוק.

קוילן־זייערס ווערט נישט פליסיג, אבער עס ווערט סאליד ווען די טעמפעראטור איז אונטער -78 °C. ווען עס איז הארט (סאליד) ווערט עס גערופן טרוקן אייז.

פלאנצן נעמען אריין קוילן־זייערס צו מאכן עסן, אין א פראצעס וואס הייסט פאטאסינטעז.

פראדוקציע

אינדוסטריעלער קוילן־זייערס ווערט פראדוצירט אין איינעם פון זעקס פראצעסן:[1]

ניצן

קוילן־זייערס ווערט געניצט אין דער אויטאמאביל אינדוסטריע פאר שווייסן, כאטש די אינערטע גאזן ארגאן און העליום זענען בעסער פאר דעם צוועק, אבער זיי זענען טייערער.

רעפערענצן

  1. Pierantozzi, Ronald (2001). "Carbon Dioxide". Kirk-Othmer Encyclopedia of Chemical Technology. John Wiley & Sons, Inc. doi:10.1002/0471238961.0301180216090518.a01.pub2.