רוי:קוואל וואסער

פון המכלול
ווערסיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קוואל וואסער (ענגליש: Spring Water) [אדער וויאזוי אנדערע רופן דאס געפלעשערט וואסער (ענגליש: Bottled Water)] איז וואסער וואס מען לייגט אריין פון א קוואל גראד אין א פלאש און אריבער גיין קיין פראצעדור און/אדער רערן אדער סיי וואספארא מענטשליכע טויש

קוואל וואסער אמאל

ספעציעל קוואל (מינעראל) וואסער

עס פלעג זיין ספעציעלע קוואלן, געווענליך פלעגט דאס זיין אין די ערטער פון די בעדער, וואס עס פלעגט האבן אין זיך געוויסע מינעראלן (ווי באקאנט כאפט וואסער אריין אין זיך מינעראלן פון די ערד אויף די ערטער וואס זיי לויפן אדורך און אזוי קומט אויס אז וואסער אויף געוויסע ערטער האבן געוויסע כוחות אין זיך), און מען פלעגט דאס פארן טרונקען פאר א רפואה אדער סתם אזוי זיך צו שטארקן דעם גוף

קוואל וואסער היינט צוטאג'ס

היינט צו טאג'ס איז דא אן ערנסטע דעבאטע אויב דער קוואל וואסער איז בכלל א חילוק פון פשוט'ע קראן וואסער.

און אפילו אויב עס איז יא דא א חילוק איז פארהאן א גרויסער שטרייט צווישן די שטיצער און אנטי-שטיצער דערפון צו עס איז א דיפערענץ אויף בעסער אדער גאר אויף ערגער.

פונדעסטוועגן איז אין די גאנצע וועלט און איבערהויפט איז די אמעריקאנער באפעלקערונג צוגעבינדן (עדיקטעד) צו די פלעשער וואסער וואס פארקויפן זיך אין די מאסן, און יעדער פירמע האט צוגעלייט דעטאלן פארוואס מען זאל דוקא קויפן זייער וואסער פאר טייערער געלד, וואס איז בכלל אין פראגע צייכן אויב עס איז בכלל עפעס ווערד מער ווי אנצודרייען דעם קראן אינדערהיים און זיך אנפילן א גלאז וואסער און טרונקען

מינעראל וואסער

דער אויבנדערמאנטער וויכוח איז פארשטייט זיך נאר לגבי פשוטע וואסער אבער די מינעראל אדער אנדערע ספעציעלע וואסערן וואס ווערן פארקויפט און/אדער געטרונקען גלייך ביים טייך האט פארשטייט זיך פארשידענע מעלות וואס די וואסער און אייער געגענט האט מעגליך נישט און דאס איז שוין אן אנדער פעלד סיי פינאנציעל און סיי אינדוסטריאליש